בלאט 1 פון 2

דירות קריזיס - ארגאניזאציע מיטן נאמען איי לי לו לי לו

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:26 am
דורך זיס
נעכטן איז אויף קול מבשר געהערט געווארן א שמועס מאחד האסקנים בוויליאמסבורג. דארט האט ער געווארפן א באמבע מיט אראפלייגן א צווייטע מהלך אויפן בליק פון דירות פראבלעמען און די עצה וואס מען דארף טון דערצו, וואס דאס איז דוקא נישט ארויסצוגיין אין די מאסן צו א נייע שטאט, ווייל די שאנסן אז דאס זאל צושטאנד קומען איז נענטער צו זערא.

קומענדיג אין בית-המדרש האב איך געפינען קופקעס מיט אידן דעבאטירן אט דער דרשה וועלכער האט אויפגעשטורעמט פיל מענטשן.

דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול צו דעבאטירן זיינע רייד און זען אויב ער איז גערעכט און וואס דער עולם זאגט דערצו.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:32 am
דורך פונקטליך
אונזער ידידים "חיים של פרנסה" אדער "לעבעדיגער בערל" וועלן לכאורה נישט מסכים זיין צו זיינע ווערטער ווייל ער האט גערעדט זייער נעגעטיוו אז פרישע ישובים וועלן זיך נישט אויסארבעטן,
אבער איך מיין אז זיינע פונקטן זענען ריכטיג און ער איז זייער גערעכט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:35 am
דורך thefact
ריזיג!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:36 am
דורך דארפסמאן
לויט ווי איך קען אינזער "חיים של פרנסה" וועט ער זיך אריין ווארפן צו טרעפן דירות ממש דא נאנט צו וויליאמסבורג, ער איז נישטא פאר קיין געלט אדער כבוד, ער וויל פשוט און גראד העלפן אלע יודן אינקלאדעט זיך אליין

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:41 am
דורך קרעמער
יעצט ערקלער מיר ביטע די קעפל פונעם אשכול

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:44 am
דורך אלף בית
איך בין גענצליך נישט איינשטימיג מיט די גאנצע דרשה.
העצען קען איך אויך...
האסט אן עצה, שטעל זיך אויף רעדן.
ווילסט סתם העצן, קענסטו גיין אין דיין לאקאלע מקוה.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:48 am
דורך זיס
דער תמצית פונעם שמועס איז געווען אט די סלאגאן. ער האט געמיינט ארויסצוברענגען אז אלע ארגאניזאציעס זענען גארנישט ווערד און זענען געצילט איינצושלעפן דער ציבור, כאילו עסקנים ארבעטן פאר זיי און מען טוט פאר זיי... בקרוב וועלן זיך ציען 500 משפחות מיט קינדער און רינדער צו א צווייטן פלאנעט. אינעם שמועס מעלדט ער דראמאטיש אז ער עפנט אויף א נייע ארגאניזאציע מיטן נאמען "איי לי לו לי לו" - יעדע שטיק צייט וועט מען מעלדן נייע פלענער מיטן ציל איינצושלעפן דעם עולם, און אז מען זאל האבן זיסע חלומות.

דאס איז מער ווייניגער על רגל אחת.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:49 am
דורך jkup50
איך האב נישט געהערט, קען איינער זאגן בקיצר וואס ער האט דארט געזאגט?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:53 am
דורך פונקטליך
שמן זית האט געשריבן:דער עסקן איבער דירות האט זייער גוט צולייגט די טעמע, אבער ער האט זיך נישט גוט פארגעקוקט מיט די פאקטן,

1 קרית יואל שטייט שוין איבער 36 יאר נישט 30

2 עס קומען יא צו פרעמדע משפחות וואס מאפן פון די שטאט

3 עס איז נישט אפן לכל, עס איז א סאטמארע שטאט,

4 עס איז יא דא עסקנים וואס שרייען אז קרית יואל איז זייער באקוועם, און זייער ביליג קעגן וויליאמסבורג

5 צו רענטן איז יעצט דא זייער אסאך דירות צוליב וואס אסאך האבן געקויפט דירות אין די לעצטע עטליכע יאר

מיט דעם אלעם איז יעצט דא 2 גרויסע פראבלעמען וואס פלאגט די קרית יואל'ען עולם אויך,

1 דאון פעימענט, עס איז שוין נישט דא היינט פון ווי צו בארגען

2 מארגעדזשעס,

בד''וו בין איך זייער נייגעריג ווער די רעדנער איז?



שמן זית האט געשריבן:1 קרית יואל שטייט שוין איבער 36 יאר נישט 30

ער זאגט "בערך" 30 יאר.

שמן זית האט געשריבן:2 עס קומען יא צו פרעמדע משפחות וואס מאפן פון די שטאט

ער זאגט אז ס'קומט צו אבער זייער ווייניג, אלע משפחות צוזאמען איז עפעס מער ווי 3,000 קעגן די איבער 20,000 וואס וואוינען אין וויליאמסבורג אליינס, און רובא דרובא דערפון זענען קינדער פון די ערשטע איינוואוינער פון די ערשטע 10 יאר פונעם שטעטל.

שמן זית האט געשריבן:4 עס איז יא דא עסקנים וואס שרייען אז קרית יואל איז זייער באקוועם, און זייער ביליג קעגן וויליאמסבורג

עסקנים קערן איבער מ'זאל מופן אויף ק"י אדער מ'קערט איבער מ'זאל מופן צו פרישע ישובים??

שמן זית האט געשריבן:5 צו רענטן איז יעצט דא זייער אסאך דירות צוליב וואס אסאך האבן געקויפט דירות אין די לעצטע עטליכע יאר

וואס??!! כ'האב מורא די וואוינסט אין אררט
שמן זית האט געשריבן:בד''וו בין איך זייער נייגעריג ווער די רעדנער איז?

ר' חיים דוד דעסער

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:55 am
דורך thefact
ס'לוינט זיך צו הערן, ס'איז נישט סתם העצעריי
ער רעדט גאנץ פיין צו די זאך

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:57 am
דורך שמן זית
זייער אסאך סאטמאר דרייוו בעיסמענטס שטייען ליידיג, איך האב דערמאנט נאך א פאקט וואס איז נישט אמת,

אין קרית וואוינען "גאנצע" 4000 משפחות כ''י

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:00 pm
דורך דארפסמאן
שמן זית האט געשריבן:זייער אסאך סאטמאר דרייוו בעיסמענטס שטייען ליידיג, איך האב דערמאנט נאך א פאקט וואס איז נישט אמת,

אויך נאר ווי ער האט געזאגט , אלעס פאר באקוועמלעכקייט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:01 pm
דורך אלף בית
thefact האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן, ס'איז נישט סתם העצעריי
ער רעדט גאנץ פיין צו די זאך

ער האט א סעלושן? ניין.
איז עס סתם העצע.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:03 pm
דורך למעלה משבעים
אלף בית האט געשריבן:איך בין גענצליך נישט איינשטימיג מיט די גאנצע דרשה.
העצען קען איך אויך...
האסט אן עצה, שטעל זיך אויף רעדן.
ווילסט סתם העצן, קענסטו גיין אין דיין לאקאלע מקוה.

ביזט נישט איינשטימיג ווייל ער העצט, אדער ווייל נישט דאס איז די פראבלעם?
ממש אויף די ווערטער האט ער גראדע יא געהעצט, וואס הייסט דאס "האסט אן עצה שטעל זיך אויף רעדן"? פארוואס זאל יענער רעדן פארדיר? טוט אליין, זאל מען זיך שוין אויפוועקן פונם זיסן חלום, קוקטס נישט אויף די אלע באקוועמליכקייטן צו וואס די האסט זיך צוגעוואוינט ווייל אויב יא גייט מען בלייבן דארטן, מאכטס שבת אליין, און מופט אוועק.
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון די וועג וויזוי ער לייגט אראפ די זאך (צו ער איז גערעכט ווייס איך נישט, אבער הנאה האב איך געהאט).

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:06 pm
דורך צום זאך
ער צווינגט ח"ו נישט קיינעם אויפצוהערן חלום'ן. אלע חלומות פון נייע יישובים זענען נאך גילטיג און יעדער האט אלע רעכטן ווייטער צו חלום'ען דערפון.

זיין רעדע איז עקסקלוסיוו צו מענטשן וואס ווילן זיין רעאליסטיש.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 12:59 pm
דורך קליקו
ער איז אפשר גערעכט ווי פאלגענד

בעבר האט זיך ארויסגעשטעלט אז נאר מיט מסירות נפש אידן און מסירת נפש רבי'ס האבן אויפגעשטעלט די שטעטלך

די אנדערע אפשען איז צוריקצוגיין צו די ארגינעלע מהלך פון אוועקשטעלן נייע אידישע שטעטלך, און דאס איז דורך אויפנעמן א רב מיט ז' טובים, ואס די תושבי היישוב געט זיי איבער די מאכט איבער די אקטועלע סיסטעם וואס באהיט א יישוב פון די גאווערנמענט, ווייל אנדעם זענען קפצי זביני צו פארדינען אויפן רוקען פון די אויפבוי פון היימישע יישובים, און דערפאר זענען דא ווייניג שאנסן אז די הויכפענסטער עסקנים זאלן עס איינזעהן און אויספירן.

און דאס מיינט נישט א נייע יישוב, נאר אפילו עקזיסטירנדע שטעטליך פון עלטערע מענטשן [אזוי ווי מאנסי איז געווען] און זיך אריינזעצן צושטייטליך אבער אונטער א שטאטס רב, ווייל אז נישט איז מען צוריק צו די פראבלעמן פון די איצטיגע חרדישע יישובים

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 1:17 pm
דורך פאטאקי08
קען איינער ביטע זאגען וואס ער האט געזאגט?
וואס איז זיין פוינט?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 1:31 pm
דורך theheadcounselor
ער איז גערעכט מיט איין זאך:
נעם זיך אין די האנט אריין. פארטיג.

נאר צו צונעמען יעדע זאך בפרטוית אויף צו ציען מסקנות קענסטו דיר דאך אויף יעדן פרט טענה'ן.

און ער ציהט אויך מסקנות אויף וואס ער וויל.

לאמיר טאקע זעהן ווער וועט זיך אויפכאפן און טון וואס ער זאגט,

הלוואי, הלוואי, הלוואי,

אפשר יעצט וועט מען זעהן פראגרעס, דער עולם שלאפט דאך שוין נישט,

שטעלט אייך פאר:
דער שמש קלאפט אויס היינטיגן פרייטיג צו נאכט אין שול:

יואל ב"ר משה רופט דעם עולם צום זכר אין ביהמ:ד בני אברהם יצחק ויעקב אויף האמבאלדט סטריט.
יעקב ב"ר זרח רופט דעם עולם צום זכר אין דעעשע ביהמ"ד אויף מאנהעטן עוו.

זייערע טאטעס אין שווערס נעמען אפ מזל טוב אין סטראזניצע ביהמ"ד אויף מארסי אין מוירטל עוו

און די עלטער זיידעס נעמען אפ מז"ט אויף ראדני סט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 1:48 pm
דורך דער גראפיסט
אנטשולדיגט אבער פון מארסי מורטיל ביז בעדפארד ראדני דארט ארום 20 מינוט אין בארא פארק קען מען וואקן סאך לענגער פון 20 ביי 60 ביז 9 טע עוו און 46
מען קומט צו צום זעלבן תירוץ באקוועמליכקייט ווער סהאט נישט כוח צו וואקן אזוי ווייט צו א זכר אדער קידוש איז נישט מחיוב וכן אני נוהג אלס איינואוינער פון בעדסטיי געגענט 11206 זיפקאוד

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 2:17 pm
דורך פאקטיש
שמן זית האט געשריבן:זייער אסאך סאטמאר דרייוו בעיסמענטס שטייען ליידיג, איך האב דערמאנט נאך א פאקט וואס איז נישט אמת,

אין קרית וואוינען "גאנצע" 4000 משפחות כ''י

פינטל. ק"י האט א גרויסע מאנגל פון רענטל דירות. גיי אריבער און קוק!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 2:19 pm
דורך פאקטיש
אלף בית האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן, ס'איז נישט סתם העצעריי
ער רעדט גאנץ פיין צו די זאך

ער האט א סעלושן? ניין.
איז עס סתם העצע.

פון אויסקלארן זאכן, קומט מען צו צום ריכטיגן סאלושן. האלט מען שוין א טריט נענטער צו פטור ווערן פון דעם קללה

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 2:31 pm
דורך elmonsey
איי לי לו לי לו?
מיין חבר זאגט מיר זיין באבע פלעגט זינגען א ניגון איי לי לו לי לו

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 2:35 pm
דורך לובלין
אלף בית האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן, ס'איז נישט סתם העצעריי
ער רעדט גאנץ פיין צו די זאך

ער האט א סעלושן? ניין.
איז עס סתם העצע.

איך האב נישט אויסגעהערט ר' חיים דוד, אבער וויפיל איך פארשטיי טענה'ט ער- דאס וואס יעדער האט זיך שוין איבערגעצייגט אז די וויליאמסבורגע אידן זענען נישט גרייט צי טוישן זייער גאנצע לעבענס שטייגער און זיך אריבערפעקלען צו די ישובים, יעדע פריאוו דערווייל איז דורעכגעפאלען.

און דאכטס זיך אז געוויסע עסקנים ארבייטן אויף א זאכליכע לעזונג מיט ארום 350 דירות אין די וויליאמסבורג אומגעגענט, און גרין פארק, דאס איז א סעלושען! א גיטע אנהייב זיכער!

וואס איז די אויפברויז פונעם עולם דא? גאו פיגער!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 2:44 pm
דורך יהיה כן
נאך איין מעזשאר מיסטעיק וואס ער מאכט דארט
ער זאגט אז די פראבלעם איז 'נאר' אין וויליאמסבורג' נישט אין בארא פארק וכו'
ווען דער פאקט איז אז אין בארא פארק איז דער פראבלעם פילפאכיג גרעסער כידוע לכל, כאטשע די געגנט איז פיל גרעסער ווי וויליע

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 09, 2011 2:25 am
דורך לבנה קריכער
די נקודה איז אז פרייזן גייען ארויף וועגן דימענד וואס שאפט זיך פין א פחד געטריבען דורך באקוועמליכקייט זיך ארויס צי ציען. וואס גייט סיי ווי פאסירן מיט די צייט .אין מהאט אייביג גילעבט מיטן גוי