בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 09, 2011 4:16 pm
דורך theheadcounselor
מען לעבט טאקע מיטן גוי אבער מען האלט אין איין אנטלויפן פון זיי.
פרעג אידן ביי טרופ און גערי, אויב זיי האבן ווען א בעסערע עצה צו זיי ווילן דווקא בלייבן דארט, (ניטאמאל "מיט" גוים, נאר "נעבן" די גוים) אדער זיי וואלטן ווען געגאנגען.
א מזל זיי האבן געקויפט, ווען זיי וואלטן געווען רענטערס וואלט איינער (למשל דער יונגערמאן וואס האט געכאפט די שלעק) זיך אויפגעהויבן און אוועקגעמופט, (ווען ער האט נאר וואו צו גיין...) און יעדער וואלט איהם נאכגעלאפן אין די געגנט וואלט געבליבן, אויסגעשפילט!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 11:04 am
דורך פריילאך
thefact האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן, ס'איז נישט סתם העצעריי
ער רעדט גאנץ פיין צו די זאך


אויף דיין ראט, האבעך פראבירט איהם אויסצוהערן, אבער ביז... כ'האב שיעור צושאסן דעם טעלעלפאן פון כעס.

ערשטענס, פארוואס שרייט ער אויף מיר, וואס איז די געוואלדעס, כהאב דיר באגאנבעט? האסט מיר שוין עס אמאל געזאגט? אחרי ככלות הכל קומסטו צום ערשטן מאל, מפני איזה סיבה שהוא, און נעמסט זיך שרייען אויף מיר.

צווייטענס, ווי וואוינסטו? צווישען גוים? מארסי און דיקאלב? איי דיין זיידע האט אפשר יא געוואוינט אזוי. נאר וואזשע דען די פארשטייסט יא עס איז באטעמט צו וואוינען צווישען גוים. די גוים פון היינט זענען דען די זעלבע ווי אמאל, איז דען נישט קיין עקל היינט וויאזוי זיי גייען און פירן זיך? ניין איך וויל נישט זיין אויסגעשטעלט צו זייער געזעלשאפט נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.

אין מאנסי מאנרא בארא פארק, וואוינט מען נישט מער מעורב בין הגוים, נאריש גערעדט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 11:20 am
דורך theheadcounselor
ווען ער רעדט ווען נאר ביז די מעשה מיט די פלאטפארמע וואו דער גראף גייט בויען וואלט עס געווען נאך בעסער.
ווייל מען האט אמאל ליב צו הערן ווי גוט איינער לייגט אראפ מיינע צרות.

נאר, ער איז למעשה א גוטער רעדנער, לאמיר עס צולייגן אזוי:
דאס לשון, די גערעדעכץ איז גוט.
די פאקטן זענען נישט.

ווי אויך, נעווער סעי נעווער.

מען קען נישט זאגן אז "גארנישט וועט פאסירן" אפשר יא?
ווי שווער עס איז, אמעריקע איז אויך געווארן א אניי לאנד, מען דארף נוצן יעדן כוחות און מאכן עפעס, אפשר זיין פלאן פון ארויסגיין אין די זייטיגע גאסן, א הצלה פורתא איז עס...
אבער מיטן כח האחדות קען מען אלעס.
אפשר וועט נאך איין טאג אויפשטיין א בעל מסירות נפש?
אפשר וועט איין עושר מקנא זיין דעם צווייטן או וועט אריינטאנצן ספענדן געלט פאר כבוד? דאס איז שוין נישט אזא דבר רחוק....
מיר וועלן איהם געבן דעם כבוד, געב מיר נאר דירות....

מען קען נישט זאגן "עס וועט שוין גארנישט ווערן".
אסאך אלטע בחורים זענען געווארן חתנים... מהאט שוין נאכדעם געטראפן דער תירוץ פארוואס פונקט די שידוך איז יא געשען, רוב מאל ווייל דאס איז די באשערטע.
נו אפשר ווארט מען אויף דירות אויך אויף דעם באשערטן דעוועלאפער?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 12:57 pm
דורך צולייגער
וואוינענדיג אביסל אויף פלאשינג עוו. אקראסס די מלאכי חבלה גויים (ווי ער רופט זיי אן) האב איך איין קליינע קאמענטאר, נעמליך די וועלט זאגט ווען יענער איז נישט אינגאנצן גערעכט, מיינט נאכנישט אז ער איז אינגאנצן אומגערעכט, (קרח האט געהאט טענות אויף מרע"ה, האט ער געזאגט הריני חולק ומבטל "כל" דבריו כידוע ואכמ"ל).

ער טענה'ט אז די גויים אויף מארסי נאך פלאשינג זענען נישט די גויים פון די פראדזשעקס, גערעכט אבער זיי זענען אויך נישט די גויים פון ב"פ און לאנדאן וועלכע ווילן אביסל שטילקייט, האט איר שוין געזעהן דעם קליפ פון די מידיא אקעגן דעם וויזניצע זאל אין ב"פ ווי די שכנים פארפירן אז מען מאכט גערודער און מען קערט איבער דעם שטאט? די וויליאמסבורג-בעדסטייער גויים באדערט בכלל נישט אז דו מאכסט גערודער, אדרבה זיי וואלטן אויך געוואלט קענען הוליען ביז אין טאג ארייין יעדע נאכט וא"כ הייס נישט אז מען זאל אהינגיין וואוינען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 1:12 pm
דורך משיח
ער ברענגט ארויס איין ריכטיגע פונקט, אז דערווייל האט קיינער גארנישט געטוהן פאר דיר, ממילא אויב ווילסטו א לייזונג צו דיין פראבלעם ברויכסטו טוהן אליינס,

אלע זיינע ליצנות, יסדות, פאקטן, חלומות, באשולדיגונגען וכו' זענען גענצליך איבריג,
חוץ דעם וואס זייער סאך פון זיינע "פאקטן" זענען הוילע דמיונות.

אגב, נאך גוט ער קלארט אויס פון אנהייב אז ער רעדט נישט קעגן קיין עסקנים, ווייל אינמיטן זיין שמועס האט זיך מיר אביסל געדאכט אז יא, אבער איך האב שוין געוואוסט די אמת אז נישט...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 1:27 pm
דורך משיח
פריילאך האט געשריבן:אין מאנסי מאנרא בארא פארק, וואוינט מען נישט מער מעורב בין הגוים, נאריש גערעדט.

נישט אזוי נאריש,
מ'רעדט טאקע פון אנדערע סארט גוים (אין געוויסע געגענטער), אבער מ'מופט אין גרויסן,
פון צווישן מיינע חברים האבן עטליכע געקויפט גאנץ ארויס פון "הארץ פון בארא פארק",
איינער אויף 35 און דעהיל, די איינציגעסטע איד אויף די בלאק, (א שפאן אוועק פון די מסגד),
א צווייטער אויף 40 ביי פארט העמילטאן, אויך נישט די בעסטע געגענט,
און א דריטער ביי E3 און דיטמיס,
און ביי די אנדערע זייט וואוינט מען אויך צווישן גוים, אין די הויעכע 50'ער אדער נידריגע 60'ער גאסן ביי 19, 20, 21, בעי פארקוועי,
אדער ביי 9'טע עוועניו און די 40'ער אדער 50'ער ווי מ'וואוינט טיר ביי טיר מיט די כינעזער,

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 1:35 pm
דורך צולייגער
משיח האט געשריבן: נישט אזוי נאריש,
מ'רעדט טאקע פון אנדערע סארט גוים (אין געוויסע געגענטער), אבער מ'מופט אין גרויסן,
... ווי מ'וואוינט טיר ביי טיר מיט די כינעזער,


הוא הדבר אשר דיברנו, אזוי ווי ער וויל נישט פארלאנגען (אפשר מיט די צייט וועט ער יא) מען זאל וואוינען אין די פלאשינג - פארק - נאוסטרענד - מארסי פראדזשעקס, זאל ער נישט בעטן מען זאל וואוינען מיט די גויים - וועלכע האבן על אפם ועל חמתם נישט געטראפן קיין אפארטמענט אין די פראדזשעקס און מוזן נעבעך - וואוינען א גאס ארויפצו, עס זענען טאקע נישט די זעלבע גויים, אבער יא אביסל ענדליך, און ווי פארשטענדליך (עכ"פ פאר ווער עס וואוינט נעבן זיי און האט שוין מיטגעהאלטן אביסל זייער הלוך ילך) זענען זיי אויך עכ"פ אביסל אנדערש פון די כינעזער, ועיי' בהערתינו לעיל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 2:39 pm
דורך מיליאנער
צולייגער האט געשריבן:וואוינענדיג אביסל אויף פלאשינג עוו. אקראסס די מלאכי חבלה גויים (ווי ער רופט זיי אן) האב איך איין קליינע קאמענטאר, נעמליך די וועלט זאגט ווען יענער איז נישט אינגאנצן גערעכט, מיינט נאכנישט אז ער איז אינגאנצן אומגערעכט, (קרח האט געהאט טענות אויף מרע"ה, האט ער געזאגט הריני חולק ומבטל "כל" דבריו כידוע ואכמ"ל).

ער טענה'ט אז די גויים אויף מארסי נאך פלאשינג זענען נישט די גויים פון די פראדזשעקס, גערעכט אבער זיי זענען אויך נישט די גויים פון ב"פ און לאנדאן וועלכע ווילן אביסל שטילקייט, האט איר שוין געזעהן דעם קליפ פון די מידיא אקעגן דעם וויזניצע זאל אין ב"פ ווי די שכנים פארפירן אז מען מאכט גערודער און מען קערט איבער דעם שטאט? די וויליאמסבורג-בעדסטייער גויים באדערט בכלל נישט אז דו מאכסט גערודער, אדרבה זיי וואלטן אויך געוואלט קענען הוליען ביז אין טאג ארייין יעדע נאכט וא"כ הייס נישט אז מען זאל אהינגיין וואוינען


לפי ידיעתי איז דער קליפ גאר נישט פון קיין גוים נאר (א.ג.) היימישע אידן וואס וואינען קעגן איבער אויף די גאס

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 3:49 pm
דורך צולייגער
מיליאנער האט געשריבן: לפי ידיעתי איז דער קליפ גאר נישט פון קיין גוים נאר (א.ג.) היימישע אידן וואס וואינען קעגן איבער אויף די גאס


יעצט איבערגעקוקט און עס זענען פארהאן דארטן גויים, צום סוף שטעלט זיך צו א א.ג. היימישער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 10, 2011 5:18 pm
דורך bailout
viewtopic.php?p=313105#p313105
דארט האט מען שוין היבש ארומגעארבעט איבער זיין עצה.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 9:30 pm
דורך thefact
אויפן בקשה פון געוויסע חברים האבן מיר פארשאפט די אודיאו פון די דרשה
http://www.watercomputers.com/ivelt/CDD_Dires_Willi.mp3

נ.ב. קיינער נעמט נישט קיין צד ס'איז פשוט א געשמאקע זאך און צום הארצן אז די טעמע לעבט זיך אזוי וועט האפנטליך אפשר עפעס ווערן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 1:43 pm
דורך פונקטליך
יישר כוח "די פאקט" פארן ארויפלייגן

פארעפענטליכט: שבת פבואר 11, 2012 11:51 pm
דורך מחזור
די וואך האט א אינגערמאן אריינגעמופט אויף פאלאסקי סט. (גיי ווייס ווי דאס איז) און ער זוכט נאך צוויי טענענט'ס
אפשר וועט זיך ווילי אנהייבן אויסצושפרייטן נאך ווייטער וועט זיין א שטיקל ישועה

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 12:23 am
דורך יהיה כן
מען וואוינט שוין אויף לאפאיעט עוו. וועלכע'ס איז שוין ווייטער פון פאלאסקי סט. (פאלאסקי האקט אריין צווישן לאפאיעט אין דעקאלב, אויף נארסטראנד עוו.), די געגנט איז גאנץ שיין, עכ"פ שענער ווי די סאוט'ס אדער טרופ עוו.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 12:45 am
דורך גבריאל
פונקטליך האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:2 עס קומען יא צו פרעמדע משפחות וואס מאפן פון די שטאט

ער זאגט אז ס'קומט צו אבער זייער ווייניג, אלע משפחות צוזאמען איז עפעס מער ווי 3,000 קעגן די איבער 20,000 וואס וואוינען אין וויליאמסבורג אליינס, און רובא דרובא דערפון זענען קינדער פון די ערשטע איינוואוינער פון די ערשטע 10 יאר פונעם שטעטל.



וואס 20,000 די חלומ'סט... קוים 9000 משפחות

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 1:24 am
דורך קרעמער
יהיה כן האט געשריבן:מען וואוינט שוין אויף לאפאיעט עוו. וועלכע'ס איז שוין ווייטער פון פאלאסקי סט. (פאלאסקי האקט אריין צווישן לאפאיעט אין דעקאלב, אויף נארסטראנד עוו.), די געגנט איז גאנץ שיין, עכ"פ שענער ווי די סאוט'ס אדער טרופ עוו.

פאלסקי האקט אריין ביז בעדפארד, נישט נאר ביי נאסטראנד.

די געגנט הייסט ביי דיר שיין? חן המקום על יושביה...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 1:31 am
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:מען וואוינט שוין אויף לאפאיעט עוו. וועלכע'ס איז שוין ווייטער פון פאלאסקי סט. (פאלאסקי האקט אריין צווישן לאפאיעט אין דעקאלב, אויף נארסטראנד עוו.), די געגנט איז גאנץ שיין, עכ"פ שענער ווי די סאוט'ס אדער טרופ עוו.

פאלסקי האקט אריין ביז בעדפארד, נישט נאר ביי נאסטראנד.

די געגנט הייסט ביי דיר שיין? חן המקום על יושביה...


ניין, מ׳קען פון בעדפארד נישט אנקומען צו פולאסקי..., פילייכט איז זיך דער רב טועה מיט קאציוטסקו,
א קורצער שפאציר העטיך איבערצייגן אדער א געזוך אויף גוגל

בנוגע די שיינקייט פון די געגנט, יא עס איז שענער ווי די טרופ געגנט וואס איז ברובה נישט באוואוינט, ומצד אחד לינדזי פראדזשעקט סביב לה.... אדער וואי די סאוט געגנט וואס איז אנגעלייגט מיט ארטיסטן...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 2:03 am
דורך טהור-עיניים
דער גראפיסט האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער פון מארסי מורטיל ביז בעדפארד ראדני דארט ארום 20 מינוט אין בארא פארק קען מען וואקן סאך לענגער פון 20 ביי 60 ביז 9 טע עוו און 46
מען קומט צו צום זעלבן תירוץ באקוועמליכקייט ווער סהאט נישט כוח צו וואקן אזוי ווייט צו א זכר אדער קידוש איז נישט מחיוב וכן אני נוהג אלס איינואוינער פון בעדסטיי געגענט 11206 זיפקאוד


ביז 9 און 46 פארוואס נישט ביז 39?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 2:03 am
דורך טהור-עיניים
מיליאנער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:וואוינענדיג אביסל אויף פלאשינג עוו. אקראסס די מלאכי חבלה גויים (ווי ער רופט זיי אן) האב איך איין קליינע קאמענטאר, נעמליך די וועלט זאגט ווען יענער איז נישט אינגאנצן גערעכט, מיינט נאכנישט אז ער איז אינגאנצן אומגערעכט, (קרח האט געהאט טענות אויף מרע"ה, האט ער געזאגט הריני חולק ומבטל "כל" דבריו כידוע ואכמ"ל).

ער טענה'ט אז די גויים אויף מארסי נאך פלאשינג זענען נישט די גויים פון די פראדזשעקס, גערעכט אבער זיי זענען אויך נישט די גויים פון ב"פ און לאנדאן וועלכע ווילן אביסל שטילקייט, האט איר שוין געזעהן דעם קליפ פון די מידיא אקעגן דעם וויזניצע זאל אין ב"פ ווי די שכנים פארפירן אז מען מאכט גערודער און מען קערט איבער דעם שטאט? די וויליאמסבורג-בעדסטייער גויים באדערט בכלל נישט אז דו מאכסט גערודער, אדרבה זיי וואלטן אויך געוואלט קענען הוליען ביז אין טאג ארייין יעדע נאכט וא"כ הייס נישט אז מען זאל אהינגיין וואוינען


לפי ידיעתי איז דער קליפ גאר נישט פון קיין גוים נאר (א.ג.) היימישע אידן וואס וואינען קעגן איבער אויף די גאס


נישט היימישע אידן, נאר איין היימישער (צודרודלטער) איד.

און אפילו דו זעהסט גוים אויף די ווידאו, (איך האב עס נישט געזעהן) בין איך אבער באקאנט אים יענעם סומאטאכע און די גאנצע איבערקערעניש קומט פון איין (צודרודלטן) אידל.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 2:09 am
דורך טהור-עיניים
נאך נישט אויסגעהערט זיין שמועס, אבער מיין ערשטן צענט וועל איך יעצט אריינווארפן, און דעם צווייטן נאכן (בלי"נ) אויסהערן דעם שמועס.

איך קען אסאך אידן וועלכע וואלט זיך אויפגעהויבן און געמופט ווי די אויגן טראגן זיי, אויב וואלטן זיי געהאט ווי צו שיקן די קינדער אין חדר/סקול. און ווילאנג דאס איז נישט דא, גייט נישט אזוי שנעל אדער גרינג פאסירן.

און פון רעדן, און האלטן די טעמע לעבעדיג, וועט אויך גארנישט ווערן. נאר וואס יא, די נויט קען שוין יא עפעס מאכן. איינער פארציילט מיר זיין נעפיו האט חתונה געהאט און וואוינט ערגעץ דארט (א גאס וואס איך קען אינגאנצן נישט אין ווילי, סאו קען איך נישט נאכזאגן דעם נאמען), אין א בעיסמענט, נישט איינס, נאר צוויי שטאק אונטער דער אדמה, אן קיין איין פענסטער, מיט איין פיצעלע בעדרום און צאלט זיבן מאות א חודש. דאס איז א הימל געשריי.

און אזא סארט נויט וועט עווענטועל עפעס אויפטאהן. איי וועט איר פרעגן וואס? איך בין נישט קיין נביא, אבער עפעס אזא זאך ווי די קאנטרי, (עיי' ב'מאנטיסעלא אשכול), אדער עפעס אן אנדערן אויסטרעף.