בלאט 1 פון 1
"א שיינע געשטריקטע גארטעל" ווי קויפט מען ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 12:32 pm
דורך לאקשען ברעט
ווי קען מען קויפען אדער באשטעלען א שיינע געשטריקטען גארטעל, ווער עס ווייסט איז מכובד זיך צי לאזען הערען, אין כ'וועל אים זיין דאנקבאר,
יישר כוחכם
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 12:42 pm
דורך moshele11211
כמעט אלע דזשודעקע סטאר'ס קען מען קויפן, ביי מלכות אין ווילאמסבורג, דורן אין קרית יואל וכו'
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 1:18 pm
דורך קרעמער
ביי מיר אין בית המדרש דאווענט א איד וואס ער מאכט דאס מיט די אייגענע הענט, איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי ער מאכט איינס. איך מיין ער פארקויפט עס נישט אין די געשעפטן, מען דארף זיך מעלדן צו אים פריוואט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 1:22 pm
דורך משיח
פאר א זיידענע גארטל, פארבינט זיך מיט מיר אין אישית, איך וועל דיר געבן א נומבער פון א חבר וואס טוט דערין.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 3:56 pm
דורך ביקסאד
ריין זייד איז היינט צו טאג אביסל מער אכשיר דרא,
אבער גיבט אכט אויף וואס איהר קויפט, מען זאל אייך נישט אריין נארן מיט די אמאליגע פאלטשע.
האנט געשטריקט [נישט זייד] איז אויך כמעט נישט בנמצא אין די געשעפטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 3:59 pm
דורך ווינקל
מו"ה משה גאלדבערגער נ"י בן מו"ה מאיר ישראל קרית יואל דאכט זיך פארקויפט.
היים נומער 845-783-4099 (קרעדיט: אידיש טעק)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 3:59 pm
דורך באמבאסטיש
אויך איז באקאנט "נאה גארטלעך" (א נומער האב איך נישט)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 5:15 pm
דורך פארצייטישע
ר' זאב מיללער פון ה'גארטל המשובח'
7188125120
הערליכע גארטלעך,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 5:22 pm
דורך יהיה כן
קרעמער האט געשריבן:ביי מיר אין בית המדרש דאווענט א איד וואס ער מאכט דאס מיט די אייגענע הענט, איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי ער מאכט איינס. איך מיין ער פארקויפט עס נישט אין די געשעפטן, מען דארף זיך מעלדן צו אים פריוואט.
ביי מיר אינדערהיים דרייט זיך אויך איינע וועלכע מאכט דאס מיט די אייגענע הענט, שוין געמאכט פאר מיר צוויי און פאר מיין בחור'ל איינס. איך מיין יענע פארקויפט עס נישט אין די געשעפטן, כ'לאז דערווייל זיך נישט מעלדן צו יענע פריוואט.