בלאט 1 פון 1
קרית שמונה; וויאזוי באקומט מען א העכערונג?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:22 pm
דורך שוועמל
ווי באקאנט אין קרית שמונה וואוינען היינט צוטאגס גאר א שיינער ציפער פון חרדישע איינוואוינער און געניסן פון די בענעפיטן וואס ווערן דארטן צוגעשטעלט. געווענליך קען מען העכערן יערליך די בענעפיטן לויט די פאראויסגעשריבענע סקעדשול וואס די קרית שמונה באאמטע טיילן אויס, אבער אזויווי לעצטענס זענען מער נישטא קיינע נייע וואוינונגען דארטן און פרישע מענטשן קענען נישט געניסן דערפון זענען גלייכצייטיג אויך פארפרוירן געווארן די העכערונגען און עס איז כמעט אומעגליך צו באקומען.
איז מיין שאלה צי דאס איז טאקע ריכטיג אדער איז יא דא עפעס א אופן וויאזוי אזא העכערונג קען זיין סוקסעספול?
און וועלכער עסקן איז גוט דאס דורכצופירן.
תודה
למפרע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:48 pm
דורך יואל ווייס
עס ווענדט זיך לכאורה אין וועלכער געגנט די וואוינסט.
למשל קרית שמונה אפסטעיט האט אנדערע פארשריפטן ווי סיטי אוו קרית שמונה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:57 pm
דורך theheadcounselor
ביינונז אין מאנטיסעלאו ווער עס האט שוין איינגעגעבן פון לאנג אז ער וואוינט דא קען זיך ארויף כאפן אויפן וואגן אבער יעצט אריינגיין אין די פראגראם מיינט ווייטער ווארטן אויפן מעילינג ליסט,
ווי אויך, הער איך לעצטענס אז עס גייט זיך אביסל עפענען אבער כהאב נישט פעסגעשטעלט קלאר, כהאב מורא אז דאס איז נאר צו בארואיגן געמיטער, לאמיר נאר האפן אז אידן זאלן מרוויח זיין דערויף.
די צרה איז אז מען געוואוינט זיך איין אז דאס מיינט געלעבט.
מען פארגעסט אז ווען מען מאכט חתונה ווערט די געלט ווייניגער ווייל דו האסט שוין נישט די קינדער אין שטוב צו באקומען געלט פאר זיי, און די רענט גייט נאכאלס ארויף....
ירחם המרחם.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 8:32 am
דורך פאטאקי08
אין קרית יואל שכונת קרית שמונה האט מען שוין די לעצטע פאר יאר נישט געהעכערט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 9:33 am
דורך יואל ווייס
כ'האב געהערט אז יא. (נישט קראנט)