עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
פרייטאג דצמבר 31, 2010 11:26 am
איך וויל עפענען איינס און איך וויל וויסן ווי איז גוט אריינצולייגען?
די רעיטס?
טערמס וויפל יאר עס מוז בלייבען ליגען?
אד"ג
א גרויסע יישר כח למפרע
און א גיט שבת
לעצט פאראכטן דורך
ליינער אום מאנטאג ינואר 03, 2011 4:43 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
זונטאג ינואר 02, 2011 11:29 am
קודם איז די ערשטע פראגע: די ביסט גרייט צו ריסקן אין נידעריגע רעיטעד סידי, ווייל די פרייזן זענען בעיקר בעיסד אויפן שטארקייט פונעם קאמפאני?
נאכן צוברעכן א פראגע איז גרינגער צו ענטפערן.
זונטאג ינואר 02, 2011 11:37 am
אויף דיין לעצטע קשיא אד''ג? הייינט צוטאג איז מורא'דיג קליין די פארדינסטן דערפון, עס איז שוין כמעט די זעלבע פארדינסטן וואו א האל לייו אינשארנס וואס מ'מאכט אויף דעם קליינע פארצענטן, ווענד זיך וויפיל מלייגט איין און פארדעם געלט האסטו שוין לייו אינשארענס אויך.[איך בין נישט קיין עידשענט] חוץ אויב די ביסט גרייט צו ריסקן כנ''ל
לעצט פאראכטן דורך
moshele11211 אום זונטאג ינואר 02, 2011 12:06 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג ינואר 02, 2011 11:44 am
ס'דא א אינטערעסאנטע נייע פראדוקט ביי HSBC איך ארבייט יעצט אויסצוגעפונען אלע דעטאלן, ס'קען זיין גאר אינטערעסאנט.
מוישעלע, א האלל לייף מאכט וויפיל?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:35 pm
moshele11211 האט געשריבן:אויף דיין לעצטע קשיא אד''ג? הייינט צוטאג איז מורא'דיג קליין די פארדינסטן דערפון, עס איז שוין כמעט די זעלבע פארדינסטן וואו א האל לייו אינשארנס וואס מ'מאכט אויף דעם קליינע פארצענטן, ווענד זיך וויפיל מלייגט איין און פארדעם געלט האסטו שוין לייו אינשארענס אויך.[איך בין נישט קיין עידשענט] חוץ אויב די ביסט גרייט צו ריסקן כנ''ל
די ערשטע יארן מאכט נישט א האל לייף געלט, אויב עס מאכט גענוג גיט איז עס נאר נאך שיינע יארן זיצן דארטן.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:53 pm
פאקטיש, דו קענסט זיך גוט אויס מיט האלל לייף?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:09 pm
גיט נישט ווייל איך בין נישט קיין אינסיידער.
אבער ביים זען די היסטאריקל נומבערס פון נ.י. לייף האב איך געזען אז נאכן האלטן א לענגערע צייט 15 יאר בערך הויבט זיך עס אן צו לוינען (קיין טעקס צאלט מען נישט אויף די אינקאם נאר ווען מנעמט עס ארויס)
אבער פארן שארט טערם איז עס א דורכפאל ווייל גלייך ווען די פאנשסט אריין געלט נעמן זיי אראפ א פראצענט און עס דויערט ווילאנג עס געינט גענוג אז קאמביינט האט זיך עס אויסגעצאלט.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:31 pm
איך קענעס יא גוט! ס'ווענצעך וועלעכע פראדוקט!
אויב איינער זוכט א סידי אקאונט, געווענליך וויל ער אריינלייגן אויף איין מאל א גערעסערע אמאונט, (א שטייגער וואו יקתואל אין א אנדערע אשכול) און נישט צולייגן שפעטער. און אין רוב פעלער איז נישט דא די "ניעד אוו אינשורענס".
אין אזעלעכע פעלער איז דא גאר גוטע שארט טוירם פראדוקטן, סיי פון נו יארק לייף, און סיי פון יוניאן סענטראל, (גארדיען האט אויך, אבער זיי זענען נישט אזוי גוט ביז 7 יאר ווי זיי זענען די בעסט, אבער אפילו אין די שארט טוירם איז דא פראפיטס) און איך שטעל מיך פאר אז ס'דא נאך גוטע פראדאקטס פון אנדערע קאמפאניס.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:36 pm
וואס מיינט גוט, וויפיל %
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:40 pm
ליינער האט געשריבן:איך וויל עפענען איינס און איך וויל וויסן ווי איז גוט אריינצולייגען?
די רעיטס?
טערמס וויפל יאר עס מוז בלייבען ליגען?
אד"ג
א גרויסע יישר כח למפרע
און א גיט שבת
ביזדערווייל וואס איך בין נאכגעגאנגען איז ביי טשעיס באנק
זיי געבן גאנצע 2 פראצענט פאר סי די פון 100.000 $ פאר 5 יאר
און פאר סעבינגס 3 פראצענט
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:48 pm
ענטפער פאר פאקטיש, איבער 5.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:50 pm
טשעיס גיבט 2 פראצענט פאר א סידי.
האו אבאוט עפעס וואס גיבט איבער 5 פראצענט, און קיינמאל נישט לאקט אין ?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:53 pm
טייפיסט, פון וואס רעדסטו?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 3:54 pm
א ניו יארק לייף פראדוקט
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:14 pm
וואס גיבט די ערשטע יאר 5 פראצענט, און ס'איז ליקוואד די ערשטע יאר?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:16 pm
איזז דא אזא אייטעם בכלל?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:21 pm
ניין.
די ערשטע יאר גיבט עס נישט פינף פראצענט. די ערשטע יאר גיבט עס צווישן .25 און .5 פון א פראצענט. (ווען מען לייגט אריין מאה אלף)
און פון יאר צוויי און ווייטער גיבט עס איבער פינף פראצענט יערליך, בערך 5.1 - 5.2 פראצענט. און די פראצענט וואס מען באקומט וואקסט עטוואס יעדע יאר, יאר דריי איז די פראצענט עטוואס מער ווי יאר צוויי.
עס איז קיינמאל נישט לאקט אין, אבער אויב מען נעמט עס ארויס למשל נאך 6 חדשים, איז מען דאון מיט בערך 150-200 דאלער
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:35 pm
יאפ מיר קענען די פראדוקט!
און וואס טוסטו מיט די 10 פראצענט פענעלטי?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:37 pm
און ביידעוועי, יונאן סענטראל "קי-סטאון פאנדעישן" איז נאך שענער!
און גארדיען "עסטעיט גאורד" איז די שוואכסטע די ערשטע פאר יאר, אבער ביעט יעדן נאך 7 יאר.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:41 pm
רעכן אויס וויפיל פינף פראצענט יערליך איז, יעצט רעכן אראפ די פענעלטי, און מען קומט נאך אויס אסאך אסאך מער אהעד ווי א סידי וואס גיבט צוויי פראצענט, ועל כולם יו אר נעווער לאקט אין.
א איד א בן ששים צאלט נישט די פענעלטי, און מיט דעם כלל קען מען אסאך מאל היבש אסאך אויפטון.
---
וויכי האקט.
קי סטאון פאונדעישאן האט דען די פיינענשאל רעיטינגס ווי ניו יארק לייף ?
נאך זיבן יאר פאנגט ער אן ווייזן שענערע ריטוירנס, אדער ער קומט אויס אהעד אפילו יענער האט געמאכט די ערשטע זעקס יאר מער ?
און עני קעיס, דא רעדט מען פון א סי די, קיינער לייגט נישט קיין סידי אויף זיבן יאר, איינער דא האט געוואלט אויף פינף יאר
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:44 pm
אין פאקט נאכמאל סי די איז די גראנטירסטע זאך וואס איז דא
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:45 pm
אין וועלכע הינזיכט איז עס די מערסטע גאראנטירט ?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:47 pm
טייפיסט האט געשריבן:אין וועלכע הינזיכט איז עס די מערסטע גאראנטירט ?
וואס הייסט אין וועלכע הינזיכט
סיי די קרן און סיי די פראצענט וואס זיי זאגען
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:50 pm
קרן איז ניו יארק לייף פונקט אזוי גאראנטירט.
ווילסט דייקא וויסן די גאראנטירטע רווחים ?
גאראנטירט איז 3.8 פראצענט, און עס וואקסט. דאס איז הונדערט פראצענט גאראנטירט.
באלד דאפעלט ווי טשעיס
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 5:16 pm
טייפיסט, יוניאן סענטראל האט גענוג א גוטע רעיטינג!
און יא, נאך 7 יאר ביעט ער יעדעם אין עקטשועל קעש אפילו די אנדער האבן די ערשטע זעקס יאר מער.