וויאזוי אנולירט מען איזראעלי בירגערשאפט?

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

וויאזוי אנולירט מען איזראעלי בירגערשאפט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

נאך א געשמאקע וואקאציע פון עטליכע וואכן אין ארץ ישראל האב איך מיר געגרייט אהיים צו פארן, עס איז געווען מיין ערשטע רייזע מיט אן ערעפלאן און איך האב זיך צום ערשטן מאל אין מיין לעבן באקענט מיט די עירפארט ווערטשאפט, אבער אזוי ווי איך בין שוין געווען אויפן וועג צוריק מיינט דאס אז איך בין שוין איינמאל פאריבער דעם סיסטעם האב איך מיר גערישט אז אויפן וועג צוריק וועט עס גיין געשמירט, איך האב פרובירט ארויס צופארן פון מיין אכסני' אין ירושלים גענוג פרי צו האבן גענוג צייט ביזן פלייט אין נישט דארפן ווארטן אויפן לעצטן מינוט אין אפשר פארשפעטיגען דעם פלייט, וואס וועט מיר גורם זיין צייט אין געלט שאדן. אבער, וואס פאר א איבעראשונג...

איך בין טאקע אנגעקומען גענוג פרי, אבער ביים זיך אנטשעקן האט מען מיר געהייסן ווארטן אין א זייט, נאך בערך 15 מינוט זענען ארויסגעקומען צוויי בחור'לעך מיט מדינת ישראל מיליטער מונדירן און מיר אריינגעפירט אין א זייטיגע שטוב, איך דארף אייך נישט זאגן די פחד וואס האט מיר ארום גענומען, איך בין געווען א בחור פון 18 יאר, און איך בין געקומען מיט מיינס א משפחה מיטגליד א אינגערמאן, אויסער דעם האב איך קיינעם נישט געהאט דארט אין עירפארט.

הכלל, איך וועל נישט מאריך זיין, בס"ה וואס זיי האבן געוואלט איז אז איך בין לויט זייערע געזעצן א בירגער פון מדינת ישראל, צוליב וואס מיין מאמע האט דארט געוואוינט, אלזא מוז איך דינען אין מיליטער (אדער שאפען א 'פטור'), און איך מוז מיר באנוצן מיט מיין איזרעילי פאספארט (וואס איך האב נישט...).

די לעצטע מינוט, ממש פאר איך האב שוין געשפעטיגט דעם פלייט האבן זיי קוים מיט צרות מיר געלאזט פריי גיין, איך בין געלאפן צום געיט מינוטן פארן עס אפשפארן ווי איך האב געטראפן מיין מיטרייזענדער קרוב ווארטן אויף מיר נערוועזערהייט, איך האב מיר כמעט צוגעזאגט אז איך קער מיר מער נישט צוריק אהין.

למעשה וויל איך אין די קומענדיגע חדשים נאכאמאל גיין באזוכן אהין, האב איך געהערט אז מ'קען אראפגיין צום קאנסול אין מאנהעטן (יא, דארט ווי מען פראטאסטירט אייביג...) און זיי בעטן צו אנולירן מיין איזראעלישע בירגערשאפט וועלכע מ'האט אויף מיר ארויפגעצווינגען אומוועלנדיג, האב איך געוואלט וויסן צו איינער פון אונזערע חברים דא האבן עקספעריענס מיט דעם, וויאזוי דאס גייט צו, וואו פונקטליך מען דארף גיין, וואס מ'דארף זיי זאגן, און צו איך דארף עפעס מיטנעמען.

איך האף אויף א ענטפער, מיט דאנק פון פאראויס.

(אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע לינק'ט, מיט דאנק פאר די הנהלה.)
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

איך בין דורך געגאנגען די פראצעדור אלס קינד, ווייל מיין מאמע איז געווען א ישראלישע בירגערין. אבער זייענדיג א מינדיעריגער, האבן מיר עס געמאכט פאר די גאנצע משפחה צוזאמען. איך געדענק נישט פונקטליך די פרטים.

קוק דא.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

א גרויסן דאנק שטרויזאק, עס געפעלט מיר די אויסדרוק ויתור כאילו איך האב עפעס דערפון און איך בין עס מוותר...
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

פאר בערך פופצן יאר צוריק האט א חבר מיר געבעטן אז היות ער איז אן איזראעלישער בירגער און ער ווי ווערן אויס, און ער קען נישט קיין ענגליש, דעריבער בעט ער מיר איך זאל מיטקומען מיט אים אין דעם איזראעלישן קאנסולאט אין מאנכעטן (יא, דארט ביי די פראטעסט פלאץ) און זיי בעטן אז ער וויל אנולירן זיין בירגערשאפט.

אנקומענדיג האבן זיי מיר געבעטן א באווייז אויף זיין אמעריקאנער בירגערשאפט - וואס ער האט נישט געהאט - און זיי האבן מיר געזאגט אז ווען מען קען באווייזן בירגערשאפט פון אן אנדערען לאנד, דאן קענען זיי אנולירן דעם איזראעלישן בירגערשאפט, אבער אויב נישט, דאן קענען זיי נישט. ווייל מען מוז דאך זיין א בירגער פון עפעס א לאנד...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז כדאי אנצורופן דער UJO וועלכע האט זיך פאר עטליכע יאהר צוריק אריין געלייגט אין דער נושא, זיי וועלן אייך געבן די פונקטליכע אנווייזונגען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

UJO האט מיר נישט געקענט העלפן...
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גימעל האט געשריבן:א גרויסן דאנק שטרויזאק, עס געפעלט מיר די אויסדרוק ויתור כאילו איך האב עפעס דערפון און איך בין עס מוותר...

הרה"ק מ'סאטמאר האט געזאגט אמאל אז זיי זענען די איינציגסטע מדינה וואס צווינגט ארויף די פריוויליגיע צו זיין א בירגער...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ס'איז אבער גוט צו וויסן, אז אפילו מיט דעם וויתור אז ס'כאפט זיי די גיסטע אביסל צו טרייבערן א חרדישן איד קענען זיי אויפהאלטן פאר אפאר שעה
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”