בלאט 1 פון 1

*****געדענט איר די מסיבה פוקח עוורים??******

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 5:47 pm
דורך מאשקע
כ'האב באקומען דעם פאלגנדן מעסעדזש אין אישית. ווער ס'קען ארויסהעלפן זאל זיך מעלדן דא אין דעם אשכול.

---------

פאר עטליכע יאר צוריק בערך 7-9 יאר צוריק איז פארגעקומען א מסיבה "פוקח עוורים" פאר א יוד פון אר"י וואס זיין טאכטער ל"ע האט פארלוירן די ראיה, ס'האט פאר דעם איד אפגעקאסט שווערע טויזנטער דאלער'ס פאר דאקטוירים, איבער מאכן זיין דירה ועוד ועוד, דעמאלט האט ר' יונתן שווארץ ארויס געגעבן א טעיפ מיט ניגונים, אויך האט מען געקענט הערן א דרשה פון דעם איד.
ווער ס'האט די טעיפ אדער ווייסט ווי מען קען עס פארשאפן זאל ביטע מודיע זיין
ולמצוה גדולה יחשב


דער איד דרייט זיך יעצט ארום אין וויליאמסבורג שוין עטליכע וואכן צו קענען באצאלן זיינע חובות, דערווייל האט ער נאך גארנישט צוזאמגעשטעלט

דערווייל האט מען צוזאם געשטעלט בריווען וואס כולל אינגעלייט נעמען אהיים אין די בני בית שיקט עס ארום צו די חברט'ס, מיר האפן אז עפעס וועט אריין קומען דורך דעם.

אין די קומענדיגע וואכן האפן די עסקנים צו מאכן א טיי אווענט
פרטים יבואו

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 7:12 pm
דורך קרעמער
ווער געדענקט נישט דעם טעיפ וואס איז מיטגעקומען פונעם גראסעריי אינעם שבת ארדער. אבער פונקט ווי אלע שנאר / אומזיסטע זאכן האט עס קונה שביתה געווען אינעם עוויגן רוה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 9:10 pm
דורך אויפריכטיג
קרעמער, עוויגן איז א אוהרטום אדער בכיוון?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 9:13 pm
דורך פונקטליך
אוודאי געדענקן מיר, אבער דעם טעיפ האבן מיר שוין נישט.
פאריאר האב איך געטראפן דא דעם איד גיין נאך געלט און ער האט מיר געזאגט אז ער איז דער איד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 20, 2010 9:39 pm
דורך קרעמער
אויפריכטיג האט געשריבן:קרעמער, עוויגן איז א אוהרטום אדער בכיוון?

געווען אין די אור אלטע גיסטע

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 3:22 am
דורך שאץ מאץ
אויב איך געדענק גוט איז א מסיבה אין וומס,ב פארגעקומען אין שטוב פון ר' שרגא בלומענבערג (בדחן) אפשר האט ער נאך א סי די?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 9:29 am
דורך צייטליך
יאך געדענק דאס גוט. ווייניג מאל וואס א צוועק האט אזוי איבערגעדרייט א שטאט ווי דאן. עס איז געווען א הארצרייסענדער טעיפ און דאכצעך אז ליפא מייזעלס (Super sound studio) האט עס דאן געמאכט. מעגליך אז ער האט עס.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 9:36 am
דורך באמבאסטיש
ר' יונתן שווארץ פארמאגט שוין נישט דעם סידי?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 9:57 am
דורך מחזור
נעכטן באקומט מיין ב"ב א בריוו אויף פאסט וועגן א איד פון אר"י וואס א טאכטער קען ליידער נישט זעהן אין האט גרויסע חובות.....כ'האב קודם געטראכט ס'איז פונקט ווי אסאך צווועקן, ס'האט נישט קיין סאך אויסגענומען ביי מיר ליידער...
נאכן ליינען דעם אשכול כאפ איך מיך אפשר האט דאס א שייכות מיט די מסיבה פוקח עוורים פאר עטליכע יאר צוריק...די טעיפ'ס פון דעמאלט - איבערהויפט די דרשה פון דעם טאטן - ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום...
כהאב מיך נישט געפוילט אין אנגערופן דעם עסקן וואס האט געשיקט דעם ענוועלאופ אין זאגט מיר טאקע אז דאס איז עס פאר דעם איד האט מען געמאכט די מסיבה אין דער דרייט זיך שוין אפאר וואכן אין חוץ לארץ אין האט נאכנישט קיין פרוטה, דעמאלט האט ער געהאט אסאך עסקנים אין היינט ליידער............
האט מיר דער עסקן געבעטן ארויף צו לייגן די בריווען אין די גורלות מיט זיין אדערעס אפשר וועלן זיך אפאר קרעטשמע אידען אנרופן ווארים.
איך בין זיכער אויב ס'וועט אפיר קומען דעם טעיפ וועלן אסאך אידן אנרופן ווארעם

די אדרעס ווי מקען אריינשיקן די געלט איז
TEITELBAUM
62 PENN ST.
BROOKLYN NY 11211
אין אויפשרייבן אז דאס איז פאר די צדקה צוועק

ישר כוחכם

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 9:59 am
דורך מחזור
.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:02 am
דורך באמבאסטיש
הארצרייסענד...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:09 am
דורך מחזור
צייטליך שרייבט:
דאכצעך אז ליפא מייזעלס (Super sound studio)

באמבאסטיש שרייבט:
ר' יונתן שווארץ פארמאגט שוין נישט דעם סידי?


דרייען זיי זיך דא אויף אייוועלט???
אפשר נאר ביי עולם הנגינה.......
איך בין זיכער אז די חברים פון עולם הנגינה האבן שייכות מיט די אויבנדערמאנטע אידען זאלן זיי עס פארשאפן ביטע

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 22, 2010 3:36 pm
דורך מחזור
לויט ווי מיר האבן היינט געהערט גייט פארקומען א מסיבה אין ווילי בערך אין 2 וואכן ארום