בלאט 1 פון 1

דירות קריזיס ארטיקלען והגהות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 3:51 pm
דורך פלארידא
לעצטנעס באקום איך אי מעילס, פון ארטקלען וואס לויפן אין "דער איד" אונטער'ן קעפל דירות קריזיס, עס וואלט גוט געווען אן אשכול צו דעבטירן דערויף.

בריוו 21

אַ געלעגנהייט פאַר אידישע פילאַנטראָפּן
חשוב'ע רעדאַקציע פון "דער איד", צום "דירות קריזיס" קאָלום.
איך לייען יעדע וואָך די בריוו וועגן דעם דירות קריזיס. הצד השוה שבהם, אַז אַלע קרעכצן, אַלע קלאָגן, אַלע באַוויינען דעם מצב. רבותי, מיט קרעכצן און קלאָגן וועט מען גאָרנישט אויפטאָן. עטליכע שלאָגן פאָר מ'זאָל זיך אַרויסציען אויסער די שטאָט, אָבער דאָס איז אויך נישט קיין עצה פאַר יעדן.
לדעתי, סתם אַ פשוט'ער איד קען דאָ נישט העלפן. צו דעם פאָדערט זיך אַז די ראשי העדה, די פירער פון די גרויסע קהלות, זאָלן זיך צוזאַם זעצן, און צוזאם רופן די גרויסע פילאַנטראָפּן, מענטשן וואָס קענען אַראָפּלייגן עטליכע מיליאָן דאָלאַר (און ס'מוז נישט זיין אַלס נדבה, זיי וועלן דאָס מיט די צייט קענען צוריק נעמען נאָך מיט ריווח), און נאָכ'ן האָבן אַ קרן פון צוואָנציג-דרייסיג מיליאָן דאָלאַר, אָדער מער, קען מען טראַכטן פון קויפן אַ שטח, און אויפשטעלן אויף איינמאָל עטליכע הונדערט דירות, און דערנאָך עס צושטעלן פאַר'ן עולם.
עס איז זיכער אַז עס וועלן זיין בעלנים דערויף, און אַזוי וועט מען קען שאַפן נאָך אַ חרדי'ש שטעטל. ממילא וועט דער פאַרלאַנג פאַר דירות אין וויליאַמסבורג און באָראָ פּאַרק פאַלן, און די פּרייזן וועלן זיך סטאַביליזירן. ווייל ס'איז שוין ממש איום ונורא. איך האָב געטראָפן די וואָך אַ יונגערמאַן, וואָס האָט מיר געזאָגט אַז ער צאָלט 2300$ פאַר אַ דירה, און ער פריידט זיך, ווייל אַ שכן זיינער צאָלט שוין פאַר אַזאַ דירה 2800$.
עס זענען פאַראַן ב"ה ביים יהדות החרדית גענוג אידן, וואָס קענען אויסלייגן עטליכע מיליאָן דאָלאַר, און אַזוי אַרום לעזן דעם דירות קריזיס.
מיט גרויס אַכטונג,
מ.י.וו.



בריוו 22

רעדט "תכלית" מיט מאַטעמאַטישן חשבון
צו די געערטע רעדאַקציע פון "דער איד". פאַר'ן דירות קריזיס קאָלום.
אחדשה"ט. קודם אַ הערצליכן דאַנק פאַר די מערכת "דער איד", וואָס האָט געעפנט אַ שפּאַלט פון ליכטיגקייט אויסצושמועסן אָט דעם אָנגעווייטאָגטן נושא פון דירות.
די פאָלגענדע ווערטער האָב איך שוין באמת געוואָלט שרייבן אַ שיינע פּאָר וואָכן צוריק, נאָר כ'בין זיכער געווען אַז איינער וועט מיר שוין מקדים זיין, דערווייל אָבער האָט נאָך קיינער נישט זאַכליך אָנגערירט דעם ענין.
בכלל: אויסדריקן איז אַ שטאַרקער תועלת, אויב עס וועט פון דעם ווערן, "אויס–דריקן" אָבער סתם זוכן דעם שולדיגן, און בלייבן צעדריקט, איז קיין חכמה. ווי עס איז באַקאַנט דאָס וואָרט וואָס דער דער סאַטמאַרער רבי הגה"ק דער ברך משה זצ"ל פלעגט זאָגן, אַז סתירת זקנים — ווען דורכגעטראַכטע ווילן פטור ווערן פון אַ פּראָבלעם — איז דאָס דורך בנין ד.ה. אויפטאָן למעשה, און אויפבויען עפּעס, עס זאָל אויטאָמאַטיש אַוועקפאַלן דער פּראָבלעם.
כלפי מה דברים אמורים. ס'איז שוין צענדליגער מאָל אויסגעשמועסט געוואָרן וואָספאַראַ לעזונג עס וואָלט געווען מייסד צו זיין אַ ישוב, און אפילו ס'איז למעשה עטליכע מאָל 'כמעט' אויספּרובירט געוואָרן, האָט זיך עס נישט אויסגעאַרבעט, אַזוי אַז ביי מאַנכע איז שוין אָנגענומען, אָה... דאָס וועט קיינמאָל צושטאַנד קומען. און אָט די נקודה וויל איך דאָ — וויפיל ס'איז מעגליך און די ראַמען פון אַ בריוו — פאַרברייטערן.
און צום ערשט:
עס האַלט היינט ביי אַ מצב וואָס איז שוין יאָרן נישט געווען — אויב בכלל. ס'דערמאַנט פונעם באַקאַנטן בילד, ווי אַ איד פּראַוועט די סעודת שבת, אין די בראשית יאָרן אין אַמעריקע, אין אַ קוילן קעלער. לדוגמא, האָבן מיר לעצטנס עטליכע מאָל געזען ווי ס'ווערט אויפגעפיקסט אַ קעלער 'אונטער אַ בעיסמענט'... יאָ איר הערט גוט!!! און ווערט פאַרדינגען, פאַר וויפיל? יאָ גוט צוגעטראָפן, אַ ערך פון 1000 דאָלער! (אגב, ווערט נולד אַ שאלה מענינא דיומא, צי מ'קען צינדן חנוכה ליכט ביים פענסטער, צוליב וואָס די דורכגייער קענען דאָס באַמערקן אַראָפּקוקנדיג אין דעם לאָך).
אפילו אין דער שליסל געלט עפּאָכע, האָט מען מערסטנסטייל, כאָטש באַקומען אַ דירה פאַר'ן געלט [וויבאַלד מיט דעם געלט האָבן אַ חלק לענדלאָרדס, איבערגעבויט די אַלטע וויליאַמסבורגער הייזער, וואָס אפילו אַזוי איז עס אויך אַ צריך עיון, ואכ"מ] אָבער צו צאָלן 1400 ביז 1600 דאָלער, און צומאָל אַזויפיל ווי $1750 פאַר אַ 800 ס.פ. דירה, [אַלטע קאָנדישען] אָדער גיין אין האָטעל/מאָטעל, פאַר "צייטווייליג" (ביז ?), אָדער אַרויפטאַנצן אויף די מציאה "חור ע"ג חור", איז נישט פּונקט וואָס דער ציבור געדענקט. און פאַרגעסט נישט, דאָ רעדט מען נישט פון קיין בעלי פרנסה, עס רעדט זיך ס"ה פון פרישע יונגעלייט, וואָס פאַרדינען וויפיל? אויב ביידע פאַרדינען דעם מאַקסימום, וועט דאָס אין בעסטן פאַל דעקן די רענט, און וואָס איז מיט געלט צום לעבן?, און אַן עקסטערע דאָלער פאַר'ן שכר עבודת הפרך? (מיר רעדן דאָ בעיקר פון פרישע יונגעלייט שלא טעמו טעם ה"אַכטער").
יעצט רעכנט אויס: עס קומען צו אין אַ יאָר אַן ערך פון אַ דריי הונדערט פרישע יונגעלייט כ"י, ד.מ. אַז אין די קומענדיגע 2–3 יאָר וועט זיך אויספעלן אַ פרישע 6 ביז 9 הונדערט דירות, אדרבה זאָגט איר אַליין וואוהין?
און יעצט צוריק צו אונז:
ווען מ'רעדט פון אַ ישוב דאַרפן גענומען ווערן אין באַטראַכט צוויי הויפּט פאַקטאָרן: 1) לאָקאַל; 2) פּרייז. אין פאַקט האָט קיין שום פּלאַן ביז היינט נישט געהאַט אין זיך אָט די צוויי זאַכן. עס זענען געווען פּלענער פון זיך ציען אין די מרחקים — פון די "קעטסקילס" ביז "פּענסילוועניע". וואָס דאָס הייסט — אין אַנדערע ווערטער — אַהערשטעלן אַלעס פונדאָסניי, זוכן פרישע פרנסות א.א.וו. אָפּגעזונדערט פון עלטערן און משפחה. אָדער איז געווען אַביסל נענטער. נאָר נישט קיין צו גרויסע חילוקים אין פּרייז, ס'זאָל זיך לוינען דער איבערגאַנג. און צומאָל ביידע חסרונות צוזאַמען (שוין נישט רעדן פון דעם וואָס אין איינע פון די פּלעצער איז אָפן אַרויסגעברענגט געוואָרן, אַז ס'איז אַ מעלה צו אינוועסטירן, ווייל לויט דעם געברויך וועט תיכף שטייגן די ווערד פילפאַכיג, וואָס אין אַנדערע ווערטער מיינט דאָס, אַ גרויסער 'ברוך הבא' פאַר 'פליפּערס', א"כ מאי הועילו רבנן בתקנתן) אָבער אַ פּלאַן ווי פאָלגענד. ד.ה. ס'זאָל זיין מערסטנס 20–30 מינוט "פון ווימ"ס" (נישט נ.י. סיטי) און גאָר ביליג, איז נאָכנישט געווען. אדרבה פרעגט יונגעלייט, איר וואָלט געגאַנגען וואוינען אין אַ ישוב, ביז אַ האַלבע שעה ווייט, פאַר 500 דאָלער אַ חודש? 4 פון 5 וועלן אייך ענטפערן אַ גראָדן יאָ!
פרעגט איר אוודאי. וואָס.. ווען.. וואו.. דאָ האָט איר אַ פשוט'ן חשבון (ס'וועט אוודאי זיין פאַר מאַנכע זיין, זייער קאָמפּליצירט אָבער מיט אַ גראָדן טראַכט איז עס גאַנץ פשוט).
לויט ווי דעוועלאָפּער געבן איבער, קאָסט היינט צו בויען און נ.י. סיטי $200 אַ ס.פ., ד.מ. אַז אַ בנין פון 50 דירות דאַרף אויסקומען אַן ערך פון 10,000,000 דאָלער צו בויען, רעכנט אפילו נאָר 500 דאָלער אַ חודש רענט קומט אויס אַ יאָר 300,000 $ ד.ה. אַז אין אַ חשבון פון 30 יאָר, איז דאָס געלט צוריק. אויב רעכנט איר 800 אַ חודש, איז דאָס געלט צוריק אין 20 יאָר, זעלבסט פאַרשטענדליך אַז דאָ רעדט מען נישט פון קיין "פעסט קעש" ביזנעס. דאָס איז פאַר אישי הציבור, וואָס ווילן עפּעס אינוועסטירן פאַר "פירותיהן בעולם הזה, והקרן קיימת לעולם הבא" וואָס זייער נאָמען וועט בלייבן איינגעקריצט מיט גאָלדענע אותיות און די היסטאָריע פון יהדות החרדית. (נעמט אַ דוגמא די דירות פון ר' פנחס קליין נ"י אַ בנין פון איבער 100 דירות.)
אַזאַ פּלאַן קען זיין אַ שטאָטס רעוואָלוציע, און די פאַרדינסטן דערפון זענען פילפאַכיג. 1) מ'קען בלייבן מיט די זעלבע פרנסות. 2) נאָענט צו משפחה און עלטערן. [פון ב.פ. קיין וויליאַמסבורג פאַרשטייט איר אַז מ'קען פאָרן צוויי מאָל אַ וואָך אויף נאַכטמאָל] 3) דראַסטישע רעדוקציע אין פּרייז און נאָך. (ס'איז נאָך דאָ אַסאַך פרטים איבער אַזאַ סאָרט פּלאַן, אָבער ווי געזאָגט, עס איז נישט מעגליך אַלעס אויסצושמועסן אויף איינמאָל)
תמצית: עס דאַרף דרינגענד געזוכט ווערן אַ זאַכליכע לעזונג מיד ולדורות — משיח זאָל אוודאי קומען פריער, און מען קען מצליח זיין בס"ד, מ'דאַרף נאָר טון צו דער זאַך און מיט לאָגיק, און אוודאי נאָר אויב דאָס איז דער רצון השם.
און צו די אַלע וואָס זענען סקעפּטיש: מאה שערים/בית שמש/ ועוד מדן ועד באר שבע/ מאָנסי/ לעיקוואוד/ קרית יואל/ — יוכיח! כש"כ וכש"כ.
היינט וואָס דער ציבור איז קע"ה צואוואַקסן אין צענדליגער אַנדערע ענינים וואָס מ'האָט אַמאָל נישט געגלייבט אַז מ'וועט קענען באַווייזן ווערן היינט אַדורכגעפירט ווי גאָרנישט, שאל אביך ויגדך.
און וויאַזוי גייט דער מאמר? קיינמאָל... קיינמאָל... קיינמאָל... ביז.. איינמאָל!!
און אויף למעשה, וואָס ווערט געזוכט אויף 'יעצט', איז איינער מיט קאָמפּיוטער קענטעניס, און איז גרייט מנדב צו זיין עטליכע שעה אַ וואָך, צו קאָרעספּאָנדירן מיט'ן ציבור.
פאַראינטערעסירטע זאָלן ביטע לאָזן אַ מעסעדזש אויף 347-533-3215 ושכרו הרבה מאד, וכל המזכה את הרבים וכו'.



די איידיע פון צוזאם נעמען נגידים איז א קלוגע. אבער במחילת כבודכם פון שרייבער בריוו נומ' 22 איך פארשטיי נישט זיין חשבון, עררעכנט נישט אריין וויפיל עס קאסט די שטח צו בויען דערויף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 5:22 pm
דורך יהיה כן
קודם כל שלום עליכם א יוד פון פלארידא,
(כ'שטיי נישט, יעצט קומסטע, יעדער פארט דאך יעצט אהין, ס'זוי קאלט דא ברררררר..)

פון וועלכע אימעיל'ס רעדסטע?, די וועלכע מען האט געשיקט פאר דעם באנדיט נא וויהייסטער.... אה, טשאלי קריסט.....

עניוועי, דע נושא האט מען שוין דא אויסגעדראשן, זעה דא:
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=8529&hilit=%D7%97%D7%96%D7%A7%D7%AA+%D7%94%D7%91%D7%AA%D7%99%D7%9D&sid=896ae4079932cb76cb4b5f7a21244e9d

דער ראש המדברים מורינו ר' חיים של פרנסה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:47 pm
דורך גולש
ציזאמנעמען די גבירים איז ווי שטעלן די קאץ איבערן מילך, ווער ס'ווייסט זענען די גבירים וואס קאנטראלן די ריעל עסטעיט רענט אין וויליאמסבורג פון די גרעסטע שטערער צי נייע געגענטער, און זיי לייגן אינטער פיסלעך צי יעדע פראיעקט,
א נייע געגענט מיינט ביליגערע רענט פרייזן אין ווילי, און ביליגע פרייזן מיינט ביי זיי שווערע מיליאנען אין שאדן,
במחילת כבוד הנגידים חברי הקרעטשמע

אגב, איז באגריסענד די דירות קריזיס סעקשאן מאין דעיר איד