עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 2:03 am
ס'יז א קאלטע דירה, די סטיעם באכעט, אבער די קעלט דרינגט אריין פון יעדן שפאלט.
גענוג ראדיעטארס זענען אויסגעלייגט אונטער יעדן פענסטער, אבער דאך איז נאך שייך דער "דא לדא נקשן".
איז פארהאן עפעס א וועג פון מאכן ווארים די דירה?
דורך צולייגן קליינע עלעקטעריק אדער געז היטערס אויף א פערמאנענטן אופן, נישט די טעמפארערי היטערס וואס ליגט ווי א קלאץ אינמיטן רום.
אדער אזא מין "אינסטענט" רעדיעטאר סיסטעם ענליך צו וואס ס'יז דא פאר "הייס וואסער".
נאכדערצו אויב עס איז גרין אדער קאסט-עפעקטיוו איז דאך זיכער א מעלה.
ביטע לאזט וויסן וואס איר ווייסט.
תודה גדולה
Advertisement
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 3:01 am
ריקט אריבער דעם דירה ערגעץ וואו עס איז ווארים. עטליכע פארשלאגן.
לאס אנדשעלעס, קאליפארניע
פאלם ספרינגס, קאליפארניע
פיניקס, אריזאנע
מיאמי, פלארידע
אויב ווייסטו פון אנדערע אידישע קהילות וואו עס איז ווארים א גאנץ יאר, און דו האסט זיי בעסער ליב, קענסטו גיין אהין אויך.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 4:40 am
לייכטערע עצות?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:54 am
אז דוד המלך זאגט שוין לפני קרתו מי יעמוד, מיינסטו אז איך קען יא?
לכאורה איז די בעסטע אפציע זיך אנציטיען א ווארימן פעלץ, און זיך פארשטעקן אונטער די דיקסטע קאלדרע
נאך א אייצע, צו טראכטן ברוך השם איך בין נישט אין סיביר, אויב דא איז אזוי קאלט ווי איז שוין ווי ס'איז פערציג אונטער נול.....
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:58 am
שוועמל, איך שמעק אז דו וואוינסט אין וומסב"ג...
מיר ליידן אויך דערפון און מיין ווייב איז אויפגעקומען אז ווען ס'איז זייער קאלט אינדערהיים שטעלט מען זיך באקן א קעיק אדער לאזט מען סתם אזוי גיין די אויוון, ס'ווארעמט פיין.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 11:57 am
האבעך א חבר וואס זיין לענדלארד צאלט די געז בילס, אבער ער דארף אנשטעלן די סטים, איז געקומען א ווינטער-נאכט און דער קארגער לענדלארד האט שוואך געגעבן סטים, האט עראנגעצינדן דעם גאז-רענטש אויפן העכסטן, אנווארימענדיג די דירה און העכערנדיג פאר'ן לענדלארד די גאז קאסטן מיט א שפאר ביסל....
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:01 pm
ר' יהי' כן, איר גייט אינדערהיים מיט א פעלץ?
שוועמל, מסתמא איז נישט גוט געסיעלד דיינע פענסטער און ס'יאגט אריין די קעלט פון דארט, און דעריבער וועט נישט העלפן אפילו דו לייגט אסאך היטער'ס
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:06 pm
די עצות פון אנצונדען דעם אויוון אדער גאז רענטש סתם אזוי, זענען נישט אויסגעהאלטן, עס איז א סכנה.
וועטעריזעישאן האסטו שוין פרובירט?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:09 pm
ווי אייער-קיכל זאגט, צאל איינמאל אפאר טאלער פאר א פראפעשאנעל זאל איבער קוקן די דירה און סיעל וואו מ'דארף.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:24 pm
וועלכע סארט פראפעשאנעל דארף מען רופן?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:30 pm
די גאווערמאנט האט א וועטעראזעישן פראגראם, וואס טוט די סארט ארבעט. אויב מען באקומט אנדערע סארט פראגראמען (נישט פאטאשאפ), איז מען געווענטליך בארעכטיגט פאר דעם אויך. אויב נישט, צאלט מען זיי צו אפאר טאלער און זיי טוען עס אומזיסט.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:35 pm
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 12:36 pm
ביי אונז אין די דירה איז אויך נישט איי איי איי. פון די פענסטער, בעיקר אונטער די ווינדאו-סיל ציעט א ציפעדיגע קעלט. אין די טעג ארבייט סטיעם אויף הונדערט 0אויף מיין קאסטען) אבער כ'האב נישט קיין בריריה. ביינאכט גייען די קינדערליך מיט סוועטערס.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:02 pm
א פאר עצות:
1] מאך א קאלעך אויווען אין דיין הויז אין צינד עס אן אזוי ס'זאל גליען
2] פאר אריין מיט דיין קאר אין דיינינגראם, עפען די פענסטער פין די קאר אין צינד אן די קאר היטער,
3] טרינק אסאך גלעזער הייסע טיי, אין מאך עקסערסייז, ס'וועט דיר אנווארימען,
4] ווער אין כעס [די היץ פין די כעס וועט דיר אינווארעמען]
5] טוה אן זעקס סוועטערס טאמער האסט נישט גענוג בארג פין די שכינים,
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 1:12 pm
און עטץ זאלט מיר זאגן אז כ'זאל וואוטען פאר א צווייטן? ניין און ניין, לאקשען איז מיין פעיווערט, ביי מיר בלייבט ער "ניק אוו דע יאר"!!!
דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:31 pm
גם אני בחלומי א פראבלעם מיט האלטן די דירה ווארעם, מיין טערמאסטעט איז אין קאך און ווען מען קאכט און באקט דארט אביסל פארשטייט זיך ווערט די קאך גיט אנגעהיצט מער ווי אויף דאס וואס די סטים איז אנגעשטעלט ממילא גייט די סטים שלאפן פאר די נעקסטע פאר שעה און אין די בעדרום'ס קען מען געפרוירען ווערען פאר קעלט, עני עצות פליז?
דינסטאג דצמבר 21, 2010 11:01 pm
מיליאנער האט געשריבן:גם אני בחלומי א פראבלעם מיט האלטן די דירה ווארעם, מיין טערמאסטעט איז אין קאך און ווען מען קאכט און באקט דארט אביסל פארשטייט זיך ווערט די קאך גיט אנגעהיצט מער ווי אויף דאס וואס די סטים איז אנגעשטעלט ממילא גייט די סטים שלאפן פאר די נעקסטע פאר שעה און אין די בעדרום'ס קען מען געפרוירען ווערען פאר קעלט, עני עצות פליז?
א פשוט'ע עצה מאך די גראד פון די טארמאסטאט העכער ווי די ווילסט עכט און שלום על ישראל
דינסטאג דצמבר 21, 2010 11:14 pm
כ'האב נישט גענוג מסביר געווען מיין פראבלעם,
פאר איך גיי שלאפן לעשט מען ענדליך אויס די אויבן און די טעפ פון די פרישע חלות און טשאלענט וכדומה, און אויב כ'וועל ארויפרוקן די סטים אויב 79 אדער 80 וועט אינמיטן די נאכט זיין ווי א קאלעך אויבן אין שטוב
והאחרון הכביד והוא העיקר אז מיין לענדלארד כאפט נישט וואס מיין פראבלעם איז און האט טענות פארוואס כ'דארף האבן די סטים אנגעשטעלט אויף אזא הויכע נאמבער
דינסטאג דצמבר 21, 2010 11:57 pm
נעם א סענדוויטש בעג לייג אריין אפאר שטיקלעך אייז אין הענג עס אויף העכער די טערמעסטאט
מאנטאג דצמבר 27, 2010 10:12 pm
נעכטן ארויף געלייגט א נייע זאך. ס'הייסט clear window film. דאס איז א פלעסטיג וואס מ'לייגט ארויף אויפ'ן פענסטער מיט א פאטענט. זייער א גרינגע זאך און ס'סיעלט פיין די פענסטער. מ'קען עס טרעפן אין אלע לאקאלע הויזוועיר געשעפטען. ביי מיר איז ברוך השם סאך בעסער. לויט די בויך אויפן פלעסטיג קען איך מיך פארשטעלן וואסערע קעלט עס וואלט אריין געצויגן.
דינסטאג דצמבר 28, 2010 7:04 pm
מיליאנער האט געשריבן:כ'האב נישט גענוג מסביר געווען מיין פראבלעם,
פאר איך גיי שלאפן לעשט מען ענדליך אויס די אויבן און די טעפ פון די פרישע חלות און טשאלענט וכדומה, און אויב כ'וועל ארויפרוקן די סטים אויב 79 אדער 80 וועט אינמיטן די נאכט זיין ווי א קאלעך אויבן אין שטוב
והאחרון הכביד והוא העיקר אז מיין לענדלארד כאפט נישט וואס מיין פראבלעם איז און האט טענות פארוואס כ'דארף האבן די סטים אנגעשטעלט אויף אזא הויכע נאמבער
ווען די אויוון גייט, רוק ארויף די סטים, שפעטער רוק עס אראפ.
לעצט פאראכטן דורך
יואל ווייס אום דינסטאג דצמבר 28, 2010 7:43 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג דצמבר 28, 2010 7:23 pm
אדער ריק דעם יאניט אויף א מער פאסיגע פלאץ.
דינסטאג דצמבר 28, 2010 8:49 pm
איך מיין אז היינט דארף מען נישט די אלע עצות. ב"ה ווייט נישט אזוי קאלט ווי די לעצטע פאר טאג,
אבער עני וועי א גיטע פלעסיק פארקלעפט ארום די פענסטער קען מען אין כמעט אין יעדע דירה ניצן.
מאנטאג ינואר 24, 2011 7:44 pm
ענינא דיומא
דינסטאג ינואר 25, 2011 11:42 am
און מאנטריאל איז געוועהן נעכטן 28- c און מאנטאג נאכט איז געוועהן 39- celsius