בלאט 1 פון 2
איידיע פאר א מתנה
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:01 pm
דורך שאץ מאץ
א מחותן בעט מיר א איידיע פאר א מתנה פאר זיין חתן, דער חתן איז געפארן לערנען קיין א"י, פאַרן פאָרן האט מען אים געשיקט א צדה לדרך פעקל, היינו א תהילם א מקומות הקדושים ספר וכו', אויף חנוכה האט ער באקומען א מנורה, ט"ו בשבט גייט ער באקומען א אתרוג פושקע, יעצט אבער אינמיטן חודש טבת פארט דער מחותן קיין א"י צו א משפחה צוזאמקומפט, איז זיין פראגע וואס קען ער ברענגען פארן חתן? איינער האט עפעס א איידיע? זאל מיר ביטע זאגן, ס'איז מיר וויכטיג,
שכוח
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:09 pm
דורך סאדע_באטל
די דברי תורה לימי השובבי"ם אין אן אפציע ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:15 pm
דורך באמבאסטיש
א שיינע באנד אריינצושרייבן חידושי תורה
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:21 pm
דורך יואל ווייס
וקנ"ה לך חבר
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:29 pm
דורך ביקסאד
זאג דעם מחותן ער זאל נישט אן הייבן מיט פרישע און נייע מנה"גים אתוון גהנ"ם, אפילו אויב ער קאן זעך עס ערלויבן.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 11:54 pm
דורך ווינקל
א שיינעם לעדערנעם בערזל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 12:09 am
דורך וויכטיג מאכער
איך בין אלל דע וועי מיט ביקסאד!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 11:14 am
דורך מאנאגרעמס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין אלל דע וועי מיט ביקסאד!
100%.
א מין זאך דאס. עס איז נאך אלץ חנוכה, די זעלבע חנוכה וואס דער חתן האט באקומען א מנורה! וואו יאגט מען זיך?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 11:28 am
דורך באמבאסטיש
הגם; איך האלט אויך אז מען ברויך נישט און מען טאר נישט ספענדן אויף אומזיסטע אויסגאבן, אבער א קליינטשיגע מתנה'לע ווי א באנד אריינצושרייבן חידושי תורה א.ד.ג. וואס קאסט א פאר נישטיגע דאללער אין ספרים סטאר, זעה איך נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם.
חוץ מזה, דער אשכול איז נישט געמאכט צו מוסר זאגן פארן מחותן! דא רעדט מען פון א מחותן וואס זוכט א איידיע פאר א מתנה פארן חתן, און צו ער טוט גוט צו נישט איז נישט דא די פלאץ צו דיסקוסירן.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:13 pm
דורך סתם_אזוי
איך בין אלל דע וועי מיט באמבאסטיש!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:31 pm
דורך קרעמער
אויב וויל ער אים שענקן אזא מתנה וואס ער וועט זיכער זיין אז דער בחור וועט דאס פארנוצן עד הסוף, זאל ער אים קויפן א קארטאן ציגארעטן ביים דוטי-פרי
ערנסט גערעדט, זעה איך נישט ביקסאד'ס חשש אז אנדערע וועלן זיך אפלערנען, ווייל במילתא דלא שכיחא אז א מחותן זאל פונקט נאכפארן דעם חתן קיין א"י לא גזרו בהו רבנים
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:34 pm
דורך ווינקל
ווער ווייסט צו מ'וועט נישט אמאל נאך מוזן פארן ווייל.... יעדער טוט אזוי. יענער פארט צוליב א סיבה, דער נעקסטער וועט שוין מוזן פארן וויל יענער איז געפארן וחוזק חסימה.
אבער דאס אליין איז שוין אויך א מילתא דלא שכיחא...
(א געדאנק (איידיע) האב שוין געגעבן).
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 6:58 pm
דורך באמבאסטיש
נו וואס האט דער מחותן אויסגעקליבן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 9:27 am
דורך שמעלקא טויב
אלץ א געוועזענע בחור וואס האט געלערנט אוועק פונדערהיים, וואלט איך געזאגט אז א מחותן אין אזא פאל זאל טראגן א באקס קעיק, אבער גוטע רינעדיגע קאקאש קעיק, און אביסל היימישע בראוני/מארבעל. דאס וועט ער זיכער אויסניצן עד הסוף, און שטארק הנאה האבן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 19, 2010 2:38 pm
דורך ווינקל
מיט די עקן, שטייצעך...
פאר א איש חשוב
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:13 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:24 pm
דורך סביב העולם
א סידור אדער תהלים איינגעבונדן מיט אנטיק לעדער אויסגעקריצט די נאמען
און בייגעלייגט א הארציגע פאום מיט דאנק ווערטער
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:32 pm
דורך ראש הקהל
אזעלעכע יודן דארפן א מאהעגעני זייגער מיט אביסל זילבער צו לייגען אויפ זיין ספרים שטוב טיש. ווי מ'נעמט אויף דו שואלים.
צופרידנהייט גאראנטיט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:33 pm
דורך שמעלקא טויב
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
אפשר נעם עפעס א ספר וואס דו ווייסט אז דער איש חשוב האט ליעב, למשל פאר מיר וואלט עס געווען א יערות דבש...., און בינד עס אין אנטיש לעדער און שיק עס אים מיט א שיינע בריוו, אווי סביב זאגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 4:00 pm
דורך יוראפ
שמעלקא טויב האט געשריבן:?אפשרטאקע האט געשריבן:איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
אפשר נעם עפעס א ספר וואס דו ווייסט אז דער איש חשוב האט ליעב, למשל פאר מיר וואלט עס געווען א יערות דבש...., און בינד עס אין אנטיש לעדער און שיק עס אים מיט א שיינע בריוו, אווי סביב זאגט.
אקעי ווען ס'קומט אן זאלסטו וויסן ס'איז פון מיר
[טאמער ס'קומט נישט אן האט עס א צווייטער געשיקט]
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 8:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
ראש הקהל האט געשריבן:אזעלעכע יודן דארפן א מאהעגעני זייגער מיט אביסל זילבער צו לייגען אויפ זיין ספרים שטוב טיש. ווי מ'נעמט אויף דו שואלים.
צופרידנהייט גאראנטיט.
און שרייב צו, אז די ענין אז ביי א ערליכע איד ווייזט די זייגער יעדע רגע נענטער צו די גאולה.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 10:15 pm
דורך בערקא
אדער א וואוד ענד סילווער סטענדער צו האלטן אויפן טיש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:18 am
דורך נשמה
א תהלים אלץ מתנה אריינגעשריבן דיין נאמען איז צוויי פאכיג. עטערדעך אינזין האבן מיט זיין תהלים לפני אבינו שבשמים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:07 am
דורך אין וועלט אריין
עני איידיע פאר א נישט יידישע דאקטער וואס באהאנדלט מיט געוואלדיגע געטריישאפט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:19 am
דורך א גראם מיט טעם
תפילת הרופא םונעם רמב"ם אויף א פלעג אין ענגליש.