עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג דצמבר 05, 2010 8:01 pm
א מחותן בעט מיר א איידיע פאר א מתנה פאר זיין חתן, דער חתן איז געפארן לערנען קיין א"י, פאַרן פאָרן האט מען אים געשיקט א צדה לדרך פעקל, היינו א תהילם א מקומות הקדושים ספר וכו', אויף חנוכה האט ער באקומען א מנורה, ט"ו בשבט גייט ער באקומען א אתרוג פושקע, יעצט אבער אינמיטן חודש טבת פארט דער מחותן קיין א"י צו א משפחה צוזאמקומפט, איז זיין פראגע וואס קען ער ברענגען פארן חתן? איינער האט עפעס א איידיע? זאל מיר ביטע זאגן, ס'איז מיר וויכטיג,
שכוח
Advertisement
זונטאג דצמבר 05, 2010 8:09 pm
די דברי תורה לימי השובבי"ם אין אן אפציע ?
זונטאג דצמבר 05, 2010 8:15 pm
א שיינע באנד אריינצושרייבן חידושי תורה
זונטאג דצמבר 05, 2010 10:21 pm
וקנ"ה לך חבר
זונטאג דצמבר 05, 2010 10:29 pm
זאג דעם מחותן ער זאל נישט אן הייבן מיט פרישע און נייע מנה"גים אתוון גהנ"ם, אפילו אויב ער קאן זעך עס ערלויבן.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
זונטאג דצמבר 05, 2010 11:54 pm
א שיינעם לעדערנעם בערזל
מאנטאג דצמבר 06, 2010 12:09 am
איך בין אלל דע וועי מיט ביקסאד!
מאנטאג דצמבר 06, 2010 11:14 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין אלל דע וועי מיט ביקסאד!
100%.
א מין זאך דאס. עס איז נאך אלץ חנוכה, די זעלבע חנוכה וואס דער חתן האט באקומען א מנורה! וואו יאגט מען זיך?
מאנטאג דצמבר 06, 2010 11:28 am
הגם; איך האלט אויך אז מען ברויך נישט און מען טאר נישט ספענדן אויף אומזיסטע אויסגאבן, אבער א קליינטשיגע מתנה'לע ווי א באנד אריינצושרייבן חידושי תורה א.ד.ג. וואס קאסט א פאר נישטיגע דאללער אין ספרים סטאר, זעה איך נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם.
חוץ מזה, דער אשכול איז נישט געמאכט צו מוסר זאגן פארן מחותן! דא רעדט מען פון א מחותן וואס זוכט א איידיע פאר א מתנה פארן חתן, און צו ער טוט גוט צו נישט איז נישט דא די פלאץ צו דיסקוסירן.
מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:13 pm
איך בין אלל דע וועי מיט באמבאסטיש!
מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:31 pm
אויב וויל ער אים שענקן אזא מתנה וואס ער וועט זיכער זיין אז דער בחור וועט דאס פארנוצן עד הסוף, זאל ער אים קויפן א קארטאן ציגארעטן ביים דוטי-פרי
ערנסט גערעדט, זעה איך נישט ביקסאד'ס חשש אז אנדערע וועלן זיך אפלערנען, ווייל במילתא דלא שכיחא אז א מחותן זאל פונקט נאכפארן דעם חתן קיין א"י לא גזרו בהו רבנים
מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:34 pm
ווער ווייסט צו מ'וועט נישט אמאל נאך מוזן פארן ווייל.... יעדער טוט אזוי. יענער פארט צוליב א סיבה, דער נעקסטער וועט שוין מוזן פארן וויל יענער איז געפארן וחוזק חסימה.
אבער דאס אליין איז שוין אויך א מילתא דלא שכיחא...
(א געדאנק (איידיע) האב שוין געגעבן).
מיטוואך דצמבר 15, 2010 6:58 pm
נו וואס האט דער מחותן אויסגעקליבן?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 9:27 am
אלץ א געוועזענע בחור וואס האט געלערנט אוועק פונדערהיים, וואלט איך געזאגט אז א מחותן אין אזא פאל זאל טראגן א באקס קעיק, אבער גוטע רינעדיגע קאקאש קעיק, און אביסל היימישע בראוני/מארבעל. דאס וועט ער זיכער אויסניצן עד הסוף, און שטארק הנאה האבן.
זונטאג דצמבר 19, 2010 2:38 pm
מיט די עקן, שטייצעך...
מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:13 pm
איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:24 pm
א סידור אדער תהלים איינגעבונדן מיט אנטיק לעדער אויסגעקריצט די נאמען
און בייגעלייגט א הארציגע פאום מיט דאנק ווערטער
מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:32 pm
אזעלעכע יודן דארפן א מאהעגעני זייגער מיט אביסל זילבער צו לייגען אויפ זיין ספרים שטוב טיש. ווי מ'נעמט אויף דו שואלים.
צופרידנהייט גאראנטיט.
מיטוואך נובמבר 05, 2014 2:33 pm
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
אפשר נעם עפעס א ספר וואס דו ווייסט אז דער איש חשוב האט ליעב, למשל פאר מיר וואלט עס געווען א יערות דבש...., און בינד עס אין אנטיש לעדער און שיק עס אים מיט א שיינע בריוו, אווי סביב זאגט.
מיטוואך נובמבר 05, 2014 4:00 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:?אפשרטאקע האט געשריבן:איך וויל קויפן א מתנה פאר א חשוב'ע איד, א מורה הוראה, לאות הכרת הטוב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט שיקן בלומען אדער טשאקאלאד. מיין בודשעט איז בערך $100, עני איידיע?
(איך האב געטראכט פון א זילבערנע אויל קריגל לכבוד חנוכה, אבער די פרייזן הייבן זיך אן ביי א פאר הונדערט דאלער)
אפשר נעם עפעס א ספר וואס דו ווייסט אז דער איש חשוב האט ליעב, למשל פאר מיר וואלט עס געווען א יערות דבש...., און בינד עס אין אנטיש לעדער און שיק עס אים מיט א שיינע בריוו, אווי סביב זאגט.
אקעי ווען ס'קומט אן זאלסטו וויסן ס'איז פון מיר
[טאמער ס'קומט נישט אן האט עס א צווייטער געשיקט]
מיטוואך נובמבר 05, 2014 8:34 pm
ראש הקהל האט געשריבן:אזעלעכע יודן דארפן א מאהעגעני זייגער מיט אביסל זילבער צו לייגען אויפ זיין ספרים שטוב טיש. ווי מ'נעמט אויף דו שואלים.
צופרידנהייט גאראנטיט.
און שרייב צו, אז די ענין אז ביי א ערליכע איד ווייזט די זייגער יעדע רגע נענטער צו די גאולה.
מיטוואך נובמבר 05, 2014 10:15 pm
אדער א וואוד ענד סילווער סטענדער צו האלטן אויפן טיש
דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:18 am
א תהלים אלץ מתנה אריינגעשריבן דיין נאמען איז צוויי פאכיג. עטערדעך אינזין האבן מיט זיין תהלים לפני אבינו שבשמים.
דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 6:07 am
עני איידיע פאר א נישט יידישע דאקטער וואס באהאנדלט מיט געוואלדיגע געטריישאפט?
דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:19 am
תפילת הרופא םונעם רמב"ם אויף א פלעג אין ענגליש.