בלאט 1 פון 1

הילף: ווערט געזוכט קאמעדי טראנסקריפט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:38 pm
דורך מוטשע נישט
איך זיך די טראנסקריפט פון א באקאנטע קאמעדי ווי א פרוי רופט אהן חברה קדישא מיינענדיג אז דאס איז די קעמפ אפיס.
יש"כ למפרע
אויב האט איר ענליכע קאמעדי'ס, דאן ביטע ארויף שטעלן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:44 pm
דורך גימעל
מיינסטו דאס?

חברה קדישא אפיס: העלא, ווי אזוי קען מען אייך העלפן?

מרת. ברוין: יא, איך וואלט געוואלט רעזעווירן א פלאץ פאר מיין טאכטער.

חברה קדישא אפיס: נאמען?

מרת. ברוין: חנה ברוין

חברה קדישא אפיס: עלטער

מרת. ברוין: עלף יאר

חברה קדישא אפיס: איי איי איי אזוי יונג אוועקצוגיין...

מרת. ברוין: איך ווייס, איך וועל מיר שטארק בענקען, אבער איך האב דאס שוין מיטגעמאכט ביי די עלטערע געשוויסטער. זיי זענען אוועק אפילו יונגער. מ'בענקט זיך אביסל, אבער ס'גארנישט. מ'געוואונט זיך צו. ס'איז דאך פאר איר טובה.

חברה קדישא אפיס: יא אוודאי! כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

מרת. ברוין: זי וועט זיך דארט לערנען אויסצוקומען מיט מענטשן, זיין מער אחריות'דיג...

חברה קדישא אפיס: איך מיין אז פאר דעם איז שוין אביסל צו שפעט.

מרת. ברוין: וואס הייסט? איר זענט שוין צו פול?

חברה קדישא אפיס: נישט דאס האב איך געמיינט. אבער אז איר פרעגט, זענען מיר טאקע זייער באגרעניצט אין פלאץ. איר דארפט מן הסתם א פלאץ אין די צווייטע העלפט.

מרת. ברוין: אירע חבר'טעס האבן שוין א פלאץ אין די ערשטע העלפט, זי וויל זיין צוזאמען מיט זיי.

חברה קדישא אפיס: אוי, די היינטיגע יוגנט! עס קומט דאך אמאל א צייט ווען מ'מוז זיך שיידן פון חבר'טע. אנטשולדיגט, אבער די ערשטע העלפט איז רעזעווירט נאר פאר מיוחסים.

מרת. ברוין: אויך דא גייט עס מיט פראטעקציע?

חברה קדישא אפיס: אזוי איז דער סיסטעם איבעראל. איר קענט אייך נאכפרעגן, זי קען נאר באקומען א פלאץ אין די צווייטע העלפט.

מרת. ברוין: גוט זאן זיין אזוי. אין וועלכע אהל וועט זי זיין?

חברה קדישא אפיס: דאס ווילט איר נאך אויך?!

מרת. ברוין: ביי מיינע עלטערע טעכטער פלעגט זיין א באזונדערע אהל פאר יעדן עלטער. שוין, איר קענט מיר אפשר זאגן וואס איך דארף מיטשיקן מיט איר?

חברה קדישא אפיס: דא נעמט מען זיך גאנישט מיט.

מרת. ברוין: ממש גארנישט? אה, ס'איז סיי ווי נישט פאר אזא לאנגע צייט.

חברה קדישא אפיס: זאל משיח טאקע שנעל קומען.

מרת. ברוין: און לאמיר אייך פרעגן נאך עפעס. ווען קען מען קומען באזוכן?

חברה קדישא אפיס: ווען ס'בענקט זיך קענט איר קומען. מענטשן קומען אין אלע שעות פון טאג. ווען מען פילט אז מען דארף זיך אביסל אויסוויינען. מיר שטעלן צו טראנספארטאציע יעדן ערב ראש חודש.

מרת. ברוין: אזעלכע גוטע סערוויס! איך האב טאקע געהערט אזוי פיל גוטס אויף אייער רחבות'דיגע grounds, אזוי רוהיג...

חברה קדישא אפיס: אמת

מרת. ברוין: די פיינע פרישע ליפט...

חברה קדישא אפיס: אויך אמת

מרת. ברוין: איך הער אז מ'האקט דארט א לעבן!

חברה קדישא אפיס: א לעבן! אנטשולדיגט, אבער דאס איס דער אפיס פון חברה קדישא, בלייבט געזונט.

מרת. ברוין: איך גלייב נישט. דאס איז נישט דער קעמפ אפיס? איך וויל מיר באגראבן.......!!!!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 5:28 pm
דורך ווער בין איך?
דאס איז נישט קיין טראנסקריפט, דאס האט איינער געשריבן פאר א אויסגאבע און אנדערע האבן עס גע'גנב'עט אהן בעטן רשות (איך קען דער וואס האט עס געשריבן), סאו פאר דו נוצט עס פאר א פאבליק זאך, מאך זיכער צו באקומען רשות פון דעם שרייבערין.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 7:57 pm
דורך מוטשע נישט
יישר כח מרובה.
ווער בין איך, מען מעג נאכזאגן א קדושת לוי ביי א דרשה אהן בעטן רשות?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:11 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב געמיינט צו זאגן עס נוצן פאר א געלט זאך.

ס'איז געוועהן א פאבליקאציע וואס האט עס גענוצט...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 7:25 pm
דורך קרעמער
ווער-בין-איך;

די קאמעדי ארטיקל איז שוין גענוצט געווארן יארן ביי אונזערע משפחה צוזאמקונפטן, קיינער מאכט נישט קיין געלט דערויף, עס איז בלויז א געלונגענע שפיל.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 10:11 am
דורך ווער בין איך?
נעכטן איבערגעפרעגט דער וואס האט עס געשריבן.

זי האטעס געשריבן פאר א אויסגאבע בערך דריי יאר צוריק, א וואך שפעטער האט די וויקלי לינק עס גענומען פון דארט און אביסל שפעטער האט איינער (מיט רשות) עס גענומען פאר א קאמעדי שפיל...