בלאט 1 פון 1

עצות ווי אזוי זיך אויפציפירען און שפיטאל

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 21, 2010 3:26 pm
דורך מחותן
פאריגע חודש, איז געווען זייער א אינהאלסטע רייכע ארטיקעל, בנוגע ווי אזוי מענטשן פירען זיך אויף ווען מען גייט אריין און שפיטאל

עס האט געהאט דעם נאמען עפעס בערך אזוי: "סודות פון די ווייסע חאלאטן", עס איז געווען און הומאריסשטע וועג גוט אראפגעלייגט
טעותים וואס מענטשן מאכן ווען זיי גייען אריין אינען ER אלץ איינער וואס האט לעצטענס גאר גאר אסאך באגלייט א זיידען און שפיטאל
האב איך הנאה געהאט ווי אקערואט זיי שרייבען עס אראפ, און איך האב מיר היבש געטראפן דארט, איך פלעג מאכן אסאך פון יענע טעותים

עס וואלט כדאי געווען אויב איינער קען עס ערגעץ פארשאפן, אדער דאס וואס זיי האבן געשריבען, אדער די ענגלישע פון זיי האבן עס איבערגעשריבען

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 11:33 am
דורך מאשקע
וואו איז געווען דער ארטיקל?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 11:44 am
דורך פליגל
מאשקע האט געשריבן:וואו איז געווען דער ארטיקל?

דוכציך אין המספיק גאזעט.

מחותן (מצד?) טייערער אז דו ברענגסט דאס יא ארויף פליז ברענג עס אהער, יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 11:45 am
דורך מאשקע
פארשאפט.

http://www.hamaspik.org/ArticleFiles/78 ... h=10303010

זעה פעידזש 22.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 1:27 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

מאשקע טייערער, קומענדיגן נאוועמבער דער פופצנטער 3:40 פארטאגס ווערט גאנצע פינעף יאר זינט דו שאקלסט אהער און אהין און דו קענסט פארט נישט מאכן קיין החלטה.

אפשר אישוין צייט?

צלאכע!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 1:35 pm
דורך מאשקע
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

מאשקע טייערער, קומענדיגן נאוועמבער דער פופצנטער 3:40 פארטאגס ווערט גאנצע פינעף יאר זינט דו שאקלסט אהער און אהין און דו קענסט פארט נישט מאכן קיין החלטה.

אפשר אישוין צייט?

צלאכע!


דאס האסטו לכאורה געוואלט שרייבן אינעם "על שם העתיד" אשכול...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 2:38 pm
דורך מחותן
יא מאשקע, דאס האב איך געזיכט, אפשר שפעטער יש מחר לאחר זמן, וועל איך ארויסנעמען די שטיקעליך וואס איז נוגע

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 2:55 pm
דורך גרויזאמער
שיינע ארטיקל, איך האב עס נישט געליינט ווייל איך האב נישט געכאפט דעם קאנצעפט פון דעם ארטיקל און וואס ער וויל. יעצט אז דו האסט געשריבן דערוועגן, און מסביר געווען וואס דער ארטיקל איז, האב איך עס געליינט און הנאה געהאט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 4:30 pm
דורך גרויזאמער
דאס מערסטע וואס ס'מיר געפאלן:
Chalatel.png


איך האב ארויסגענומען דערפון א לימוד זכות פארוואס מען זעט מאנכע גיין מיט א לאנגע רעקל, וואס דאס צייגט אויף מער חשיבות און שטאלץ.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 4:33 pm
דורך סאדע_באטל
לפי זה, וואס איז פשט אין די אידן וואס גייען הנקרא דרייפערטל רעקלעך ?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 5:38 pm
דורך צום זאך
גרויזאמער האט געשריבן:דאס מערסטע וואס ס'מיר געפאלן:
Chalatel.png


איך האב ארויסגענומען דערפון א לימוד זכות פארוואס מען זעט מאנכע גיין מיט א לאנגע רעקל, וואס דאס צייגט אויף מער חשיבות און שטאלץ.

א לימוד זכות קענסטע טרעפן אויף כמעט יעדע משוגעת וואס פאלט איינעם ביי צו טוהן, דאס מאכט עס אבער נאכאלץ נישט לעגיטים.

---
סאדע, זיי האלטן נאכנישט ביי קיין 100 תגובות

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 22, 2010 7:58 pm
דורך פארשריבן
סאדע_באטל האט געשריבן:לפי זה, וואס איז פשט אין די אידן וואס גייען הנקרא דרייפערטל רעקלעך ?


צום זאך האט געשריבן:סאדע, זיי האלטן נאכנישט ביי קיין 100 תגובות


צום זאך,
איך האב נישט געכאפט די וויץ, קענסט עס ביטע מסביר זיין פאר אן אונגארישן?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 23, 2010 11:40 am
דורך מחותן
גרויזאמער האט געשריבן:דאס מערסטע וואס ס'מיר געפאלן:
Chalatel.png


איך האב ארויסגענומען דערפון א לימוד זכות פארוואס מען זעט מאנכע גיין מיט א לאנגע רעקל, וואס דאס צייגט אויף מער חשיבות און שטאלץ.


איך האב א מאדענע זאך, איך קען געהעריג ליינען די המספיק לינק אויף אידיש, אבער ווען איך פראביר אהערצי קאפין א סענענטעס, קימט אהער פארדרייטע ענגלישע ווערטער


עני יוניט עוועלעביל טו העלפ??

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 23, 2010 12:40 pm
דורך leiby
א אלטע פראבלעם, קענסט פרובירן מיט לענגאווער

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 23, 2010 9:55 pm
דורך מחותן
leiby האט געשריבן:א אלטע פראבלעם, קענסט פרובירן מיט לענגאווער


אנטשולדיגט אבער איך פארשטיי נישט דיין עצה,

עני העלפ???

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 24, 2010 1:31 am
דורך leiby