עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג נובמבר 21, 2010 3:13 pm
איך עפען די אשכול,כ'מיין עס קען אסאך ארויסהעלפן,זייער אסאך מאל קומט אויס אז מען וויל קויפן א געוויסע פראדוקט,שטייצעך מיר אידעלעך זוכן "דאס בעסטע אין בליגסטע" ממילא דא וועט זיין דאס פלאץ.
מיין חבר בערל זוכט א פראדזעקטער צו ווייזן אויפן וואנט חנוכה א שיינע משפחה קאלעקציע ביטע אויב איינער ווייסט וועלכע איז "דאס בעסטע אין בליגסטע" ישר כח גדול
Advertisement
זונטאג נובמבר 21, 2010 4:24 pm
ס'גייט געווענליך נישט אזוי. מ'קען טרעפן מציאות, רעפורבישד סחורה פאר ביליגער, אבער אין רוב פעלער לוינט צו צאלן מער פאר קוואליטי סחורה, ווי צו צאלן עטליכע מאל פאר ביליגע פראדוקטן.
בקיצור. דאס בעסטע פאר די ביליגסטע איז נישט שייך. אפשר: 'דאס בעסטע פון די ביליגסטע'..
זונטאג נובמבר 21, 2010 5:50 pm
פארשטייט זיך,איך מיין נישט ביליגע שמאטעס,איך מיין די ביליגסטע אפשען
זונטאג נובמבר 21, 2010 5:59 pm
אפשר האסטו געשריבן "אין" אנשטאט "און" כלומר די בעסטע "אין" די ביליגסטע... די בעסטע פון צווישן די ביליגסטע...
אבער ערענסט גערעדט דאס איז גאר א גוטע איידיע, מ'קען אויסשמועסן ווען ס'לוינצעך צו גיין ביליג, און ווען גוט... אין קורצן "די בעסטע ביי"...
זונטאג נובמבר 21, 2010 8:08 pm
געווענליך מיט גיין צו עמעזאן באקומסטו די בעסטע פרייז שייך. און דארט קענסטו אויך זעהן די קוואליטעט פון די פארשידענארטיגע מינים פון די פראדוקט.
פרייטאג אפריל 01, 2011 2:43 pm
ביטע אויב איינער ווייסט, וועלכע איז די בעסטע mp3 פלעיער פאר אינדערהיים וואס נעמט אריין אויך א usb
ןןאס שפילט הויך,קלאר,און פאר א גוטע פרייז