בלאט 1 פון 1
M&T BANK פראסעסט טשעקס שפעט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 3:12 pm
דורך ווינקל
עם נ' טי פראסעסט טשעקס שפעט! זייט געווארנט!איך שיק אריין מיינע טשעקס פאר די קאר פעימענטס צו עם נ' טי, און זיי פראצעסירן דאס צומאל נאך צוויי וואכן!!!
פונקט היינט איז מיר פייגעבאלן צו כאפן א בליק צו איך בין דער איינציגער וואס רעדט זיך אפ, דאס האב איך געטראפן.
http://www.my3cents.com/showReview.cgi?id=75984
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 5:41 pm
דורך ראמני 08
פונקט די וואך איך האב געהאט מיט זיי אזא מעשה
זיי קאלן מיך אן די וואך אז זיי האבן פארלוירן מיין שטעק פון די קאר פעימענט וואס כהאב אריין געטראגן אין די באנק פאר צוויי וואכן צוריק.
פרעג איך זיי ווי האט עס געקענט פארלוירן גיין כהאב דאך עס אריין געברענגט אין די באנק אריין זאגן זיי מיר אז זיי שיקן אוועק די טשעק אין סאיז פארלוירן געגאנגען אויפן וועג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 9:22 pm
דורך וויכטיג מאכער
לעצסטענס זענען אלע בענק געווארן זייער זייער שטרענג! און זאכן געדויערן לענגער.
איך האב די וואך געהאט א מעשה מיט טשעיס, איך האב דיפאזיט א טשעיס טשעק אין א טשעיס אקאונט, אבער די טשעק האט נישט גע'קלעירט רייט עוועי. ווען כאב געמאכט א ויצעקו האט מיר די באנק מענעדזשער מסביר געווען אז היות ס'איז לעצטענס געווען אסאך פראוד אין די בענק, דארפן זיי לייגן א האלד פאר א טאג צו קענען וועריפייען די טשעק צו ס'איז נישט קיין פראוד.
איין עצה איז יא דא, אין אזא פאל -טשעיס צו טשעיס - זאל מען קודם קעשן די טשעק, און דערנאך דיפאזיטן די קעש...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 19, 2010 11:27 am
דורך סתם_אזוי
טשעיס און סטערלינג איז עפעס נישט אזא גוטע שידוך.
ווען איך דעפאזיט א סטערלינג טשעק אין טשעיס קענען זיי לייגן א האלד אויף אזוי לאנג ווי 10 טעג עס צו וועריפיען.