בלאט 1 פון 1

איך האב געטראפן געלט אין מיין באנק אקאונט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 2:53 pm
דורך מי יודע
זארגט איך נישט, איך בין נישט געווארן א מיליאנער, ס'איז א פשוטע שאלה וואס איך וויל פרעגן, און איך גלייב אז ס'טרעפט זיך ביי אסאך.

איך האב לעצטענס באמערקט אז מיין טשעק ביכל מיט אנליין שטימען נישט, דהיינו ס'ווייזט באלד 100 מער אנליין, ד. מ. אז איך האב מיט 100 דאלאר מער, נו נארמאל מיינט עס אז עפעס א שלעפער סעיווט מיין טשעק אונטערן קישן אויף א רעגנדיגן טאג, זאל אים וואויל באקומען.
למעשה ס'מאכט מיר נערוועז שוין עטליכע חדשים האב איך באשלאסן איך גיי קוקן ווער דער שלעפער איז, וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין דורך אלע טשעקס פון די לעצטע 12 חדשים, אלעס איז דורך, נו אלא מאי וואס די עקסטערע געלט?
קען זיין ס'איז א טשעק פון נאך פריער, נו וואס דארף איך יעצט טון?

ווער קען מיר גיבן א עצה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 3:03 pm
דורך ווינקל
אויב ס'איז שוין מער פון 12 חדשים, קען יענער עניוועי נישט אריינלייגן דעם טשעק.

אויב עס איז געווען א טעות מצד דעם באנק, וועלן זיי דיר עס עניוועי נישט קענען אויפקוקן (לכאורה).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 3:06 pm
דורך קהת
בעט זיי א פרינט אוט פון אלע טרענזעקשינס פון די ווייטסטע מעגליך און הייב אן אדורך צו נישטערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 3:12 pm
דורך סתם_אזוי
ווינקל. עס איז שוין געקלעירט געווארן א טשעק ביי מיר וואס איך האב ארויסגעגעבן איבער א יאר פארדעם.

יענער האט עס געהאט דעפאזיט דורך א גמ"ח, צוזאמען מיט נאך אסאך טשעקס, סאו די באנק האט עס נישט פונקטליך דורכגעקוקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 6:04 pm
דורך gagongan
I gave somebody a few checks which had to be dated in 2008, he had the checks for more then a half year, and then i saw that he deposited all the checks, how???
he changed the dates to 2009

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 7:04 pm
דורך דארפסמאן
איינער האט געטוישט א דעיט פון מיין טשעק פון 08 צו 10 אין עס איז דורך געגאנגען, די אינטערסאנטע זאך איז געווען אז כמעט יעדער יוד און אפאר גוים האט זיך פארשריבען דארט מיט די טעלעפון נאמבערס, דארף איך שוין נישט קיין ביזנעס דערעקטערי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 7:15 pm
דורך פארשריבן
אריין אין "איש את רעהו", איינער איז מיט מיר?

אַוואו זענען די מנהלים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 8:12 pm
דורך ברענעריי
מי יודע. ס'איז זייער אינטערעסאנט אז איר האט עס ביז יעצט נישט באמערקט. מ'שטיינס געזאגט, איר מאכט יעדע חודש אייער באנק סטעיטמענט? אדער אפשר גאר בין איך דער איינציגסטער וואס זעצט זיך יעדע חודש אראפ זיכער צומאכן אז יעדע סענט שטימט מיט די טשעק רעגיסטער?

און אז מ'רעדט שוין פון די וואס גיבן אריין די טשעקס נאך א יאר. אין מיינע אויגן איז עס אוממענטשליך. יענער וואלט געמעגט אויפהייבן א טעלעפאון קאלל איינצומעלדן אז ער גייט יעצט אריין קעשן א טשעק וואס קען שוין באלד באקומען פיאות..

און דאס טוישן די דאטום אויפן טשעק איז דאכט זיך נישט לעגאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 8:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
און אז מ'רעדט שוין פון אזא סאבדזשעקט, האב איך א אינטערעסאנטע חקירה.

ראובן האט געקויפט עפעס אן-ליין, און אזוי_ווי ער האט נישט געהאט קיין קרעדיט קארד, האט ער געבעטן פון שמעון זיין קרעדיט קארד, און ער האט געגעבן פאר שמעון די געלט, שמעון האט אריינגעלייגט זיין דעביט קארד נאמבער, און ראובן האט א וואך שפעטער טאקע באקומען זיין אייטעם.

מ'האלט שוין היינט 2 יאר שפעטער, די קאמפאני (א גוי) האט עד היום נאכנישט גע'טשארדזש'ד שמעון'ס אקאונט. און בדרך הטבע וועט ער שוין נישט טשארדזשן.

איז די שאלה, וועמענס רווח איז די 1,000 דאלער, ראובן'ס ווייל ער האט געקויפט די אייטעם, און ער האט געדארפט באצאלן, און אז יענער האט נישט גענומען ס'געלט, איז עס זיין פראפיט, אדער שמעון, וויבאלד למעשה איז ער שולדיג פאר די קאמפאני 1,000, ווייל ווי נאר ראובן האט עם געגעבן ס'געלט, איז ראובן ארויס פון די פיקטשער און שמעון איז ריספאנסעבל פאר די 1,000 דאללער, און אז די קאמפאני האט עם נישט געבילט, איז עס זיין פראפיט?

וואס זאגט איר?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 9:24 am
דורך יואל ווייס
וויכטיג מאכער, די סארט שאלות ווערן אדרעסירט אין דעם ספר ממונן של ישראל פון הרב ראזענפעלד שליט"א פון שיכון סקווירא.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 11:22 am
דורך סתם_אזוי
ברענעריי, ביסט נישט דו איינציגסטע.
ווילאנג איך פלעג נוצן טשעקס פלעג איך יעדע חודש זיך מוטשענען, מעקן, איבערשרייבן, נאכאמאל מעקן, ביז ענדליך פלעגט עס שטימען.
אבער זייט איך נוץ נישט קיין טשעקס, נאר איך באצאל אלעס אנליין, פעלט עס שוין נישט אויס.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 1:10 pm
דורך קרעמער
און איך האב שוין אויך נישט דעם דאגה, איך האב פארשלאסן מיין באנק קאנטע און היידא

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 13, 2010 11:59 pm
דורך מאנאגרעמס
קרעמער האט געשריבן:און איך האב שוין אויך נישט דעם דאגה, איך האב פארשלאסן מיין באנק קאנטע און היידא

ומהיכן "ירק" זה חי?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 14, 2010 12:23 am
דורך קרעמער
ירק איז דער ענטפער, נישט די פראגע

טשעקס זענען נישט גרין

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 14, 2010 9:58 am
דורך יואל ווייס
מי יודע האט געשריבן:איך האב לעצטענס באמערקט אז מיין טשעק ביכל מיט אנליין שטימען נישט, דהיינו ס'ווייזט באלד 100 מער אנליין, ד. מ. אז איך האב מיט 100 דאלאר מער

ווער קען מיר גיבן א עצה?



איך גיי פאר א וויכטיגע צוועק, איר קענט מיר אריינשיקן די געלט אין אישי...