עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך נובמבר 10, 2010 2:49 pm
לעצטנס וואקסן אנאנסן ווי שוואמען נאך א רעגן, 'קעש פאר גאלד', פארקויפטס אייער דזשולערי און באקומט קעש אויפן פלאץ!!
כ'גלייב אז קיין איין סוחר גיט נישט דעם פולן פרייז וויפיל גאלד שטייט יעצט אויפן מארקעט לויטן אונס, אלזא דער אשכול גרינד איך דא ווער ס'ווייסט זאל זיך לאזן הערן, ווער ס'גיט דאס מערסטע, לאקאל, אדער ערגץ וואו מען קען ציפארן, וכדו'.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 9:47 am
אפאר יאר צוריק ווען גאלד איז אנגעקומען צו ארום 900 אן אונס האבן מיר באשלאסן צו פארקויפן אפאר אלטע שטיק וואס זענען שוין נישט געווען אזוי צום הארצן.
מיר זענען געווען ביי א היימישן סוחר וואס טוט דאס, און באקומען דערפאר א שיינע סכום, כאטש נישט די אפיציעלע פרייז אויף די פינאנציעלע מארקעטן, פארשטייט זיך. מיט די געלט האבן מיר טאקע ביי יענעם זעלבן סוחר באשטעלט נייע צירונגען וואס שיינען און לייכטן עד היום הזה.
סך הכל: אסאך היימישע סוחרים טוען דאס, זוך א פארלעסליכע פלאץ מיט ערפארונג אין דזשולערי ביזנעס - נישט איינער וואס איז געווען א באס דרייווער און איז אריינגעשפרינגען אין דזשולערי וועגן די גאלד פרייזן.
יענער וועט דיר נישט געבן די אפיציעלע פרייז, פונקט ווי ביים טוישן פון אמעריקאנער צו קאנאדישע דאלארן וועסטו אויך נישט באקומען די מארקעט פרייז ווייל די מיטלסטע מענטשן נעמען אראפ זייער מארטגעדזש ראטע, כ'מיין זיי דארפן אויך צאלן רענט אדער מארטגעדזש. פארשטייסט.
איצט האלט גאלד ביי איבער פערצן מאות, כאפ אריין צו פארקויפן עפעס וואס דו ווילסט פטר'ן און קענסט מאכן פסח. קען זיין עס וועט פאלן, און קען זיין עס וועט שטייגן, און קיינער ווייסט נישט בלתי לד' לבדו.
דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 12:50 pm
מיר האבן פארקויפט נאך פאר צוויי יאר צירוק אסאך דזשולערי אין ב"ה ס'האט גיט געהלפן די עקסטרע קעש
ביי ביי חתן זייגער
דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 1:11 pm
איז אזוי זילבער איז ביי 29,פאר די סקרעפ גייט בערך 10% ביליגער פן די מארקעט אין די געזונטע שטיקלעך גיי אין א סטאר שאפ ,פשטות האב'ן די מעטאלס נאך אסאך פלאץ צי פליען סאיז א באבל ,אין ווילאנג בעני פרונט געלד פאפיר אדער אנדערע מדינות גייט דאס האלטן אויף ארויף
זונטאג דצמבר 12, 2010 7:56 pm
איך האב באקומען א טאש זייגער ביי מיין חתונה און שטייזיך כהאב עס קיינמאל נישט אנגעטוהן ווייל כהאב אייביג געוואלט האבען א האנט זייגער בקוצר סאיז געקומען די צייט וואס כוויל עס טוישן פאר א האנט זייגער אבער די פראבלעם הייבט זיך אן אז סאיז איינגעקריצט די נאמען אויף די זייגער (מיטן וועלן מאכן שענער האט מען פארשווענד הינדערטער דאלאר) בקוצר ווי קען איך באקומען די בעסטע פרייז פאר דעים?? איז דא א פלאץ ווי איך קען אראפ קראצען די נאמען? (אפשר גייט עס זיין ווערד מער געלט)
דינסטאג מרץ 15, 2011 3:56 pm
גאלד איז היינט געפאלן מיט 28.6 א אונס = עס האלט יעצט ביי 1,396.00.
דינסטאג אפריל 05, 2011 8:56 am
ווי קען מען טשעקן די היינטיגע זילבער פרייזן?
דינסטאג אפריל 05, 2011 3:12 pm
גאלד האלט היינט ביי א רעקארד הויעך פון 1456 א אונס.
מיטוואך אפריל 06, 2011 4:42 pm
גאלד האט היינט ווידעראמאל געבראכן א רעקארד ארויפגייענדיג צו 1462.30 פער אונס, למעשה האט זיך עס געשלאסן ביי אביסל נידריגער, אבער נאך אלס אביסל מער ווי נעכטן, ביי 1457.70.
דאנערשטאג אפריל 07, 2011 3:31 pm
נאך א טראפקעלע ארויף היינט, זיך געשלאסן ביי 1458.50.