בלאט 1 פון 1
שימעל אויף די גלעזער
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 8:45 am
דורך גרויזאמער
איז דא א עצה קעגן די גרינע שימעל וואס וואקסט אויף די גלעזער (למשל א ספרעי וואס זאל הרגנען די שימעל)? חוץ יעדע האלבע יאר צונעמען די גלעזער אויף פיצלעך און עס אויסקלינען?
איך רעד פון די שימעל וואס פארמירט זיך אויף די שטיקלעך פלעסטיק נעבן די נאז צוליב וואס דארט קומט געווענליך נישט צו קיין לופט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:01 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד
שפריץ עס גוט אן מיט ווינדעקס און לאז רינען אסאך הייסע וואסער. אויב ס'איז זייער שווער אנגעלייגט, לייג צו א בערשטל אדער א טוטפיק.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:02 am
דורך גרויזאמער
יישר כח, אבער לא הועילו חכמים בתקנתם, איך זוך א וועג אז עס זאל בכלל נישט קומען.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:03 am
דורך צום זאך
לענסעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:05 am
דורך גרויזאמער
צום זאך האט געשריבן:לענסעס.
איך זעה אסאך מאל מענטשן מיט גרינע אויגן טראצדעם וואס זיי טראגן לענסעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:11 am
דורך גולש
/
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:16 am
דורך גרויזאמער
גולש, מאכסט זיך תמווטע? משם ראיה! (אדער: מעשה לסתור) אז עס ווענד זיך נישט צו מען טראגט גלעזער צו לענסעס, עס איז א פראבלעם וואס יעדער ליידט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:30 am
דורך סאדע_באטל
עס איז בכלל נישט דא אזא מושג ווי גרינע שימל אויף גלעזער. מיין ליבע גרויזי, ווילאנג דיינע אויגן זענען גרין, גייט אלעס זיין גרין....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:35 am
דורך גרויזאמער
סאדע_באטל האט געשריבן:עס איז בכלל נישט דא אזא מושג ווי גרינע שימל אויף גלעזער. מיין ליבע גרויזי, ווילאנג דיינע אויגן זענען גרין, גייט אלעס זיין גרין....
פון דיר איז נישט קיין ראיה ווייל דו ביסט קאלער בליינד און דו זעסט אלעס גרעי. ווי דיין בילד שטעלט פאר מיט זיך. אינעם נושא פון קאלירן האסטו נישט קיין שום עקספיריענס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:38 am
דורך סאדע_באטל
גיימיר יעצט מאכן א טעסט צו גרויזי קען קאלירן:
וועלכע קאליר איז די הצלה סטיקער אויף די פרידזשידער...?
---
אויב איך זעה אלעס גרוי, פארוואס איז די שימל אונטער די שיך בענדלעך בלוי ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:40 am
דורך שוועמל
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד
שפריץ עס גוט אן מיט ווינדעקס און לאז רינען אסאך הייסע וואסער. אויב ס'איז זייער שווער אנגעלייגט, לייג צו א בערשטל אדער א טוטפיק.
הייס וואסער?? השם ירחם דאס הרג'עט דאך די פאליש אויף די גלאז!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:41 am
דורך סאדע_באטל
אזעלכע גרויסע גלעזער האסטו, אז עס האט א פאליש אויך ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:48 am
דורך שוועמל
די גרינע פארמאציע איז גארנישט קיין שימל, עס איז א רעאקציע פון די באדי קעמיסטרי צו די פשוטע מעטאל פון די ברילן וואס רעזולט אין אזא סארט גרינע טאַרניש. טייל מענטשן וועלן אפילו באקומען מילדע אויסשלאגן דארט וואו די מעטאל קומט אין קאנטאקט מיט די הויט, און אפילו ס'יז נישטא קיין דירעקטע קאנטאנק אזויווי ביי די 'נאז-פעדס' וועט אבער די מענטשליכע פעט וואס ווערט רעליסט אויפן פנים האבן די זעלבע סארט רעאקציע.
די עצה דערצו איז צו טראגן אדער ברילן פון titanium אדער stainless steel וואס שאפט נישט דער סארט טארניש.
אדער טראג די שווארצע קעצי\דאגי גלעזער, די מציאות ווייז אז פלעסטיק פארטראגט זיך אויך מיט די באדי קעמיסטרי.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:53 am
דורך גרויזאמער
שוועמל האט געשריבן:די גרינע פארמאציע איז גארנישט קיין שימל, עס איז א רעאקציע פון די באדי קעמיסטרי צו די פשוטע מעטאל פון די ברילן וואס רעזולט אין אזא סארט גרינע טאַרניש. טייל מענטשן וועלן אפילו באקומען מילדע אויסשלאגן דארט וואו די מעטאל קומט אין קאנטאקט מיט די הויט, און אפילו ס'יז נישטא קיין דירעקטע קאנטאנק אזויווי ביי די 'נאז-פעדס' וועט אבער די מענטשליכע פעט וואס ווערט רעליסט אויפן פנים האבן די זעלבע סארט רעאקציע.
די עצה דערצו איז צו טראגן אדער ברילן פון titanium אדער stainless steel וואס שאפט נישט דער סארט טארניש.
אדער טראג די שווארצע קעצי\דאגי גלעזער, די מציאות ווייז אז פלעסטיק פארטראגט זיך אויך מיט די באדי קעמיסטרי.
שוועמל ביטע קאפי נישט קיין ארטיקלעך פון וויקיפעדיע, אויב ווייסטו נישט אליינס רעד נישט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:57 am
דורך פליגל
ווינדעקס איז אויך נישט גוט, עס האט אמאניע אין זיך און איז אומשטאנט צי ציקריצן די גלאז.
עס האט מיר איינער אמאל גע'עצה'ט צי ניצן "גילא" דישוואשינג זייף.
גרויזי פאר דיין קאליר גלעזער דארפסטו ניצן די פינקע.
ווען דיין גלעזער וואלט נאר געווען אביסל גרעסער וואלט איך גע'עצה'ט צי ניצן "די-אייסער" ווינדשיעלד וואשער.
(נישט אויף מיין אחריות: קיינער זאל דאס נישט ניצן אויף מיין חשבון)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 10:15 am
דורך ווינקל
נעם פשוט אראפ דיין האנט וואס דו האלטסט אויף די גלעזער שוין כווייסעך ווי לאנג.........
דעס לייגט איבריגע פרעשור אויף די נאז וואס גיבט ארויס א גרינע סובסטאנץ אויף די גלעזער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 4:52 pm
דורך צייטליך
שוועמל האט געשריבן:יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד
שפריץ עס גוט אן מיט ווינדעקס און לאז רינען אסאך הייסע וואסער. אויב ס'איז זייער שווער אנגעלייגט, לייג צו א בערשטל אדער א טוטפיק.
הייס וואסער?? השם ירחם דאס הרג'עט דאך די פאליש אויף די גלאז!
דאס איז נאר אויב מען האט די ספעציעלער "אנטי-ריפלעקשאן" גלאז וואס טראגט א קאוד וואס שלאגט אפ א פלעש. (ווי למשל ווען מ'נעמט א בילד עס זאל נישט צוריקשיינען). אבער סתם אזוי וועט הייס וואסער כלל נישט שאטן פארן גלאז.
גרויזאמער. דאכצעך אז די עצה איז קויפן יעדע שטיק צייט נייע פעד'ס. א זאך ווואס קאסט $2 א פאר.