בלאט 1 פון 1

ווי קען מען באקומען די בעסטע רעיט פאר 5 יאר סי די וכדומה

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 2:53 pm
דורך יקותיאל
ווער קען מיר העלפן זוכן ביי וועלכע באנק קען מען יעצט באקומען די בעסטע רעיט פאר 5 יאר סי די וכדומה
איך וועל זייער דאנקבאר זיין פאר ווער עס וועט מיר העלפן
יישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 6:35 pm
דורך לאז געמאכט
כ'קען דיר ניש גיבן קיין פרטים ווייל כ'ווייסניש איך וואלט מיך פארבינדן מיט א אגענט וואס איך באקאנט מיט די ענינים.

עס איז בכלל ניש דא קיינע כללים אין דעם, למשל איין באנק איז בעסער פאר גרעסערע געלטער א צווייטער איז בעסער פאר לענגערע טערמינען. וכדו'.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 12:04 am
דורך וויכטיג מאכער
אין די טעג זענען די רעיטס אין דער ערד ממש, איינער וואס גיבט אסאך, גיבט כמעט א גאנצע פראצענט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 2:43 am
דורך שוועמל
די בעסטע רעיט איז יעצט קאן עדיסאן.

וועסטו פרעגן איי סי'ז דאך נישט קיין באנק טא וויאזוי קען מען אינוועסטירן דערינען?

וועל איך דיר פארציילן, פאראיאר זומער האב איך פארפאסט עטליכע פעימענטס און נאכן באקומען צענדליגער בריוון צו אפהאקן וכו' מיט מיינע לעגאלע רעכטן וכו' האבן זיי געזאגט איך מוז איינלייגן א סומע פון ארום 155 בערך אויף איין יאר, אויב צאל איך ווי א וואוילע שעפעלע דורך די יאר וועל איך עס צוריקבאקומען אלס א קרעדיט צו מיין אקאונט.

איך האב שוין כמעט פארגעסן דערפון (מיין ווייב נישט, זי האלט אלס חשבון אויף אלע רעטורנס..), און דעם מאנאט קריג איך מיין בילל מיט א קרעדיט פון יענע איינגאבע, פלאס $5.73 וואס איז צוגעקומען קעש וועליו אויף מיינע 155$ וואס כ'אב איינגעשטעקט ביי זיי.

יעצט רעכן אויס וויפיל פראצענט איז עס געוואקסן?
איך מיין קיין שום סידי אפילו אין גוטע צייטן וועסטו נישט קריגן אזויפול!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 9:21 am
דורך ווינקל
wow
סקומט אויס צו 3.7%!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 1:46 pm
דורך הער שליוואוויץ
ועל כולם טעקס פרי אינקאם אדער בכלל נישט קיין אינקאם וואס מ'דארף ריפארטן

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 3:44 pm
דורך שוועמל
איך וואלט זייער גאוואלט דארט אינוועסטירן ביי קאן עדיסאן, קען איינער נעמען די מיה און זיי אנקאלן איבער דעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 13, 2010 10:59 am
דורך יקותיאל
ביטע נישט פארקריכן
ווער איז אינטערסירט מיר צו ענטפערן אויף די קשיא זאל ביטע מיר ענטפערן איך וועל אים שטארק דאנקבאר זיין
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 13, 2010 1:53 pm
דורך ווינקל
יקותיאל האט געשריבן:ביטע נישט פארקריכן
ווער איז אינטערסירט מיר צו ענטפערן אויף די קשיא זאל ביטע מיר ענטפערן איך וועל אים שטארק דאנקבאר זיין
יישר כח

האסט עפעס א אפפער וואס דו ווילסט אפשר הערן מער פרטים?
רעד מער דיטעילס וואס דו זיכסט, וויפיל געלט, ווי לאנג וכו' מעגליך וועט איינער דיר קענען העלפן דערמיט.

(איך בין נישט קיין עידזשענט, און כקען נישט די ליין, מסתמא דרייען זיך דא אנדערע וואס זענען יא.)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 13, 2010 2:38 pm
דורך יקותיאל
איך זוך פאר א מאה אלף פאר 5 יאר סי די דוקא
איך וויל נישט אינוועסטירן אין קיין שום פאליסיס וכדומה
יישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 13, 2010 3:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך גלייב נישט אז ס'דא א מענטש וואס האט א מאה אלף, און האט אינטערנעט עקסעס, און ער זוכט דא אין קרעטשמע א סידי.

עפעס שטומט מיר נישט דא...

א סידי איז פון די שוואכסטע פלעצער וואו צו לייגן געלט, די פראבלעם איז נאר, אז 5-10,000 איז זייער ווייניג געלט צו קענען לייגן אויף אנדערע פלעצער, בלייבט נאר איבער סידי'ס, אבער פאר א מאה אלף איז דא אסאאאך בעסער וואס צו טוהן.

און נאך זאכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 13, 2010 3:50 pm
דורך ווינקל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך גלייב נישט אז ס'דא א מענטש וואס האט א מאה אלף, און האט אינטערנעט עקסעס, און ער זוכט דא אין קרעטשמע א סידי.

עפעס שטומט מיר נישט דא...

א סידי איז פון די שוואכסטע פלעצער וואו צו לייגן געלט, די פראבלעם איז נאר, אז 5-10,000 איז זייער ווייניג געלט צו קענען לייגן אויף אנדערע פלעצער, בלייבט נאר איבער סידי'ס, אבער פאר א מאה אלף איז דא אסאאאך בעסער וואס צו טוהן.

און נאך זאכן.

נו לאז הערן דיינע אפציעס.

ווי איך פארשטיי איז ער פארגלייבט אין די FDIC אינשורעד פון די סידיס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 14, 2010 8:21 am
דורך יקותיאל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך גלייב נישט אז ס'דא א מענטש וואס האט א מאה אלף, און האט אינטערנעט עקסעס, און ער זוכט דא אין קרעטשמע א סידי.

עפעס שטומט מיר נישט דא...

א סידי איז פון די שוואכסטע פלעצער וואו צו לייגן געלט, די פראבלעם איז נאר, אז 5-10,000 איז זייער ווייניג געלט צו קענען לייגן אויף אנדערע פלעצער, בלייבט נאר איבער סידי'ס, אבער פאר א מאה אלף איז דא אסאאאך בעסער וואס צו טוהן.

און נאך זאכן.


נומבער 1 קודם ביזטו געוואר געווארן יעצט אז עס איז דא אזא מענטש
נומבער 2 פאר געוויסע סיבות זיך איך עס דוקא אויף אזא אופן - און אזוי ווי איך בין נישט באקאנט מיט די אלע מיני אפשענס פון סי די ביי די בענק האב איך עס דא ארויף געלייגט אז אפשר וועט מיר איינער פון ענק קענען אי"ה העלפן
א גרויסן יישר כח פון פאראויס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 19, 2010 11:15 am
דורך יקותיאל
איך ווארט נאך
אויב איינער וויל מיר נאך העלפן איבער די נושא וועל איך אי"ה אויסהערן
א גרויסן יישר כח

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 09, 2010 6:15 pm
דורך איך וויל פארשטיין
איך בין נישט אזא איינער וואס האט געדולד אסאך צו זיכען ווי עס איז בעסער,
אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז אזוי ווי איך בין ב"ה נישט נהנה פון די שטאטישע פראגרעמס, דער אייבערשטער זאל מיר העלפען אויף ווייטער, האט א חבר מיינער מיך געפרעגט צו איך וואלט איהם געקענט טון די טובה אז ער זאל קענען עפענען א סעווינגס אקאנט אויף מיין נאמען, איך האב מסכם געווען,
און איך האב איהם געעפען א אנליין סעווינגס אקאנט מיטן נאמען ing direct ער האט מיר געזאגט אז ער האט זיך נאכגעפרעגט איבעראל און דאס איז די בעסטע, דהיינו עס געט מער % און נאך אזאך אז עס ווערט נישט פארשפארט מען קען עס אייביג ארויסנעמען (עס נעמט 10 טעג) און עס איז אויך פארזיכערט ביי די fdic.
ווי געזאגט איך קען נישט אלע פרטים, אבער טשעק עס אויס ביי ing direct.com.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 1:17 pm
דורך יקותיאל
יישר כח איך גיי טוהן דערינען וועל מיר זעהן וואס זיי האבן צו פארקויפן איך וועל ענק לאזן וויסן צו עס איז גוט אי"ה

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 11:57 am
דורך וויכטיג מאכער
יקתואל, אויב ס'איז נאך שייך, קאנטאקט מיך אין אימעיל.

Vichtigmacher@gmail.com

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:35 am
דורך moshele11211

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:30 pm
דורך פאקטיש
יקותיאל, איך קען היפש וואס האבן געהאט מער פון א 100,000 עוועיליבעל, און זענען געבליבן נאך עטליכע יאר פון 'אינוועסטירן' ליידיג און נאך מיט חובות.
וואטש ווייל ס'זענען דא ליידער אידן מיט גוטע נעזער וואס שארן זיך צו, און מאכן זיכער צו 'סאקן'.
עדווייז וואס איך קען געבן, אז אינוועסטיר קיינמאל נישט אין א זאך וואס די פארלאזט דוך אויף דעם 'מבינ'ס' שאצונגען, דו און נאר דו דארפסט עס פארשטיין מיט דיין 'שכל '. עס דארף ווערן געפראווט מיט הארטע באווייזן. הצלחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאטיש, זאגסט גוט, אבער אביסל מער...

אויב איז דאס די איינציגסטע געלט וואס א מענטש האט, טאר מען זיך נישט פארלאזן אפילו אויף די אייגענע שמעק! מ'דארף גיין אין גאראנטירטע פלעצער, אויב האט מען איבעריג, ד.מ. ער האט נאך "עט ליעסט" אזויפיל געלט אין פארזיכערטע פלעצער, דעמאלטס מעג מען נעמען ריסק לויט וויזוי די אייגענע נאז שמעקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:04 pm
דורך פאקטיש
וועמענס נאז?
טאמער איינער האט נישט קיין עקספעריענס אין פירן פיינענשעלס, האט ער נאך בכלל נישט קיין נאז