בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 10:51 am
דורך אונגארישער
סאדע_באטל האט געשריבן:אזוי נארמאל האט געשריבן:איך האב מיר טאקע געוואונדערט פארוואס איך צאל ביי אלל סטעיט גאנצע 5000 פינעף טויזענט דולר ביליגער ווי ביי אנדערע אויפן יאהר...
5000 דאלער ?!?!?!?!?!?!?!?
מיין קאר אינשורענס מיט מיין היים אינשורענס אינאיינעם קאסט קוים א פערטל דערפון.
אין די סיטי איז זייער טייער
אונגי צאלט פאר קאר 100-300 מיט COLISION מיט GLASS קליינע דידאקטעבל מיט האום 1600 הינדערט א יאר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 07, 2010 4:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
אזוי נארמאל רעדט נישט פון קיין קאר אינשורענס, ער רעדט לכוראה פון קאמערשעל פראפערטי אינשורענס.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 11:23 am
דורך בן בוזי
ב"ה
למעשה איז די מעשה אזוי. איך האב פארטאכלעוועט אסאך צייט זיך אויס צו טענה'ן מיטן אגענט פון אללסטעיט וועלכע איז סטאנציאנירט אין פאקהיפסי און איז דער אויף זעהער פון די נוא יארקער קלעימס אבער ער האט מיר בלויז געקענט זאגן וואס עס איז געווען זיין באשטעטיגונג אהן דעם וואס ער זאל זיך רעכענען מיט סיי וועלכע לאגישע סברה.
אין מיין גרויס אויף רעגעניש האב איך געוואלט אויף רעגן אויך זיי, האב איך אפיר געזוכט טעלעפאן נומערן וועמען צו פארדרייען דעם קאפ, איז מיר אויסגעקומען צו רופן די מידיע רילעישענס אפטיילונג פון אללסטעיט, נישט האבנדיג קיינע פון די ריכטיגע אפציעס האב איך געדרוקט דער אפטיילונג וואס גיבט זיך אפ מיט רעפארטערס פון אנדערע מידיע אגענטורן.
עטליכע מינוט האב איך זיי פארדרייט א קאפ אז כ'וויל הערן פון זייערס א ספאוקסמען פארוואס מען באהאנדלט אזוי שלעכט א פשוטער קלעים און אנשטאט צו געבן צופרידנשטעלנדע ענטפערן וועלכע האבן פלאץ אין שכל מאכט מען זיך גארנישט צו טוהן און מען מאכט דיסישענז אהן קיין לאגישער פארשטאנד.
זיי האבן נאר געוואלט וויסן צו איך בין א רעפארטער האב איך געטענה'ט אז אמת טאקע אז ביז יעצט בין איך נישט געווען קיין רעפארטער אבער איך פאנג איצטער אהן מיין קאריערע און כ'וועל רעפארטן לכל מאן דבעי' וויאזוי מען באהאנדלט קאסטומערס ביי אללסטעיט.
נאך א שטיק צייט האבן זיי איינגעזעהן אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט מיר האבן זיי מיר געזאגט אז זיי קענען מיר נישט העלפן און אז כ'וויל זאל איך איינגעבן א קלאגע ביי די הויכע פענסטערן פון אללסטעיט, וכך הוה זיי האב ווייטער געשיקט מיין טעלעפאן רוף צו די קארפארעיט אפיסעס. דארט האב איך אריין געגעבן א קלעים קעגן דער אגענט פון פאקהיפסי און פארלאנגט א בעסערע באהאנדלונג. דער אגענט אויפן אנדערע זייט האט מיר פארזיכערט זיך אריין צו לייגן אין די זאך און צוגעזאגט זיך צו פארבינדן מיט מיר דעם קומענדיגער טאג וואס איז געווען לעצטע וואך דאנערשטאג.
אויף צו מארגנס האב איך באקומען א טעלעפאן קאל פון א צווייטער אגענט פון נוא יארק, און יענע האט מיר תיכף געזאגט אז זיי האבן באקומען דעם קלעים און איבער געקוקט דער קעיס און זיי וועלן מיר צאלן דער קאר רענטל פאר די גאנצע 30 טאג.
אז כ'האב געזעהן אז בעזרת השם יתברך האבן זיך געעפענט די שערי רחמים האב איך עס נאכמער געעפענט און פארלאנגט אז זי זאל מיר צוגעבן נאך אביסל געלט וואס כ'האב געדארפט אויס לייגן, זי האט נישט געקווענקלט און תיכף געזעהן וואס זי קען טוהן, זי האט פראבירט עטליכע מהלכים ווי צב"ש אריין ליגין מער טעג פאר די רענטל אא"וו, און מיר צו געזאגט צו טוהן עפעס דערוועגן.
אויף מיין אנפראגע צו זי קען צולייגן נאך 15% לייעביליטי וואס זיי האבן נישט געוואלט מתחלה באצאלן האט זי אויף דעם געזאגט אז זי קען נישט ווייל מיין אינשורענס האט מסכים געווען צו דער אפמאך.
למעשה האט זי טאקע ארויס געשיקט דעם טשעק אווערנייט מיט פעדעקס און פרייטיג האב איך ערהאלטן דעם טשעק וועלכע האט געדעקט אלע טעג פון די רענטל און אויך צוגעלייגט דאס ביסל געלט וואס כ'האב צוגעבעטן ווי דערמאנט.
===========
די לעקציע וואס כ'האב פון דעם געלערנט איז אז די ארבעט פון די לאקאלע אגענטן זענען צו רייטן אויף די נאיווע קעפ פון די קלעימענטס און דאס געלונגט זיי גוט עפ"י רוב, אבער אז מ'לאזט זיך נישט דארף מען גיין ביז די העכסטע אפיסעס און מאכן ליארמעס דארט אז לא זו הדרך, און דאס קען שטארק העלפן.
נאך א זאך האב איך געלערנט אז מ'דארף תיכף ומיד אפמאכן מיט די אייגענע אינשורענס פירמע נישט איינצוגיין אויף קיינע פשרות, ווייל אז יא איז דאס אין להשיב.
=========
דער עיקר עצה צו דעם אלעם איז מתפלל צו זיין און געבן צדקה דאס איז דער מיטל וועלכע העלפט אמבעסטן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 11:01 pm
דורך לאז געמאכט
ב"ה די מעשה האט א פרייליכע ענדע. ייש"כ פארן מיטיילן אויף די חלק פון די מעשה.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 11:18 pm
דורך גולש
טויש כאטש יעצט דעם קעפל פונעם אשכול