בלאט 1 פון 1
פייער אלערט! גלאזערנע לעכט קען אויפשיסן!
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 02, 2010 9:49 pm
דורך אייער_קיכל
א גוטע וואך, א גוט יאר,
עס איז ווי א אנגענומענע זאך אז גלאז איז א פארזיכערטע זאך מיט וואס מען קען זיך באנוצן דערמיט צו צינדן לעכט דערין, למעשה האב איך שוין געהערט און עטליכע מאל אליינס מיטגעהאלטן ווי א גלאז האט אויפגעשאסן בעת א לעכט האט געברענט דערינען! (מעגליך אז עפעס איז געלעגן אינעם גלאז דאן, כ'ווייס נישט)
דעם פארגאנגענם שמע"צ ביינאכט האט א הויז אין פלעטבוש אפגעברענט אין א 8 יעריג קינד איז טראגיש אומגעקומען ל"ע פון א פייער וואס ווערט ווארשיינליך אנגעלייגט אויף א יארצייט לעכט וואס האט אויפגעשאסן (קול מבשר)
נעמט דאס נישט פאר לייכט! מען קען צינדן אין די בלעכענע קענ'ס פונקט אזוי, עס קען זיך גרעינצן מיט דיני נפשות!
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 02, 2010 9:53 pm
דורך שוועמל
איך האב שוין אויך געהאט אז א גלאז אויפן לייכטער האט געקראכט, אבער דאס פאסירט נאר ווען דער קנויט איז שיעף און בייגט זיך צום גלאז אויף א לענגערע צייט דאן קען ווערן די גלאז איבערגעהיצט און זיך צעברעכן.
ב"ה עס איז נישט ארויסגעפאלן און געברענט ווייטער ביז אויס.
איך מאך אלס זיכער אז די ליכט שטייען שיין גלייך אינדערמיט פונעם גלאז כדי ס'זאל נישט פאסירן.
אגב, אין די נייעס זאגן זיי מעגליך אן עלעקרטיק פייער געווען דארטן ה"י.
הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 02, 2010 10:22 pm
דורך לאקשען ברעט
אוי וויי ס'טוט מיר וויי צי הערען אז א אינג קינד'ס לעבען איז פארשניטען געווארען, ס'טוט זייער וויי
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 03, 2010 9:16 am
דורך געלעגער
וואו איך האב פארשטאנען און געליינט אין די נייעס האט די פייער אויסגעבראכן אין קאך, מעגליך פון די האט פלעיט.
איך ווייס נישט פון ווי קול מבשר נעמט זיין ווערסיע אז ס'איז געווען פון א לעכט.
אז מ'רעדט שוין, אין וויליאמסבורג איז אויך געווען א פייער דעם יו"ט, ב"ה נישט קיין מענטשליכע שאדנס אבער געלט שאדן יא.
לויט וואו מ'שמועסט איז עס געשעהן ווען מ'האט אריין געלייגט לעכט אינעם אויוון אנצוווארמען דאס עסן און דאס האט פאראורזאכט דעם פייער.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 03, 2010 10:47 am
דורך אייער_קיכל
ביי היימישע נייעס איז קול מבשר קראנטער ווי די מידיע, ער באקומט ערשטהאנדטיגע באריכטן פון די לאקאלע איינוואוינער ווי די פאסירונג שפילט זיך אפ, פאר די מידיע אבער, אפי' די לאקאלע מענטשן וועם זיי אינטערוויוען גיבן ארויס דאס מינומום וואס שייך און זיכער נישט קיין האקאלע פרטים אויף וואס די אלגעמיינע גאס זאל זיך קענען ארויפכאפן,
אלענפאלס איז די אלערט גילטיג
(וועגן די פייער אין וויליאמסבורג, פון וואנעט נעמסטו דאס אז אזוי האט זיך די פייער אנגעהויבן? מ'האט געשמועסט אז די משפחה איז ניטאמאל געווען אינדערהיים איבער יו"ט און ס'איז געווען א עלעקטריק פייער)
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 03, 2010 6:28 pm
דורך לאז געמאכט
וועגן די פייער אין ווימ"ס יו"ט אויף בעדפארד עוועניו ווינקל קליימער - איז די משפחה יא געווען אין שטוב אויף יו"ט אבער בשעת די שריפה האט אויסגעבראכן איז קיינער נישט געווען אין שטוב.
קיין לעכט איניש געווען אינעם אויוו'ן (ודלא ווי עמיציר האט פריער געשריבן) עס איז געווען געהעריג אנגעצינדן. מען גלויבט אז ס'האט פאסירט פונעם חלק הסטאוו מלמעלה נישט פונעם באק-אויוו'ן.
די אינפא האביך פון א משפחה מיטגליד.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 03, 2010 7:34 pm
דורך לאז געמאכט
אז מ'רעדט פון די גלאזערענע ליכט וועליך פארציילן מיין עקספיריענס דערמיט.
קודם ווי שוועמל זאגט פאסירט עס נאר ווען א לעכט שטייט אנגעלאנט אויף די וואנט פונעם גלאז (עס איז זייער מצוי יו"ט ווען עס איז נאך דא די בלעכל פונעם ערשטן טאג) אלענפאלס עס איז דא איין פירמע וואס שרייבט אויף זייערע גלעזלעך "הכוסות היחידות שאינו מתפוצצת מאש" די איינציגסטע גלאז וואס פלאצט נישט פון היץ.
ווי נאטירליך האביך נישט געלייגט קיין געוויכט אויף די לאזונג... ביז איין פרייטאג, איך האב אויסגעוואשן אלע גלעזלעך רוב גלעזלעך זענען פון די פירמע אבער איינס איז פון א אנדערע פירמע, כ'האב אויפגעקאכט וואסער אין א טשייניק ווען ס'האט געבאבעלט ווי ס'געברויך צו זיין האביך אריינגעגאסן און אלע גלעזער פונעם בריעדיגע וואסער און צוגעלייגט זייף דערצו.
דאן האט עס פאסירט... די גלאז פון די אנדערע פירמע האט זיך צופיצעלט אויף פיץ-פיצלעך מיט א קליענגעדיגע קראך! בעת די אלע אנדערע האבן זיך שיין גערייניגט און ארויסגעקומען פון די פראצודאר גלאנציג.
צו דאס איז א צופאל צו נישט ווייסעכניש, אזויפיל ווייסעך אז די ריפלעסמענט גלעזלעך קויפיך נאר פון די סארט וואס איז אינו מתפוצצת מאש... כאטש די מקוה איד מיט איין גראסערי האט עס נישט אין סטאק (זיי גלייכן די ביליגערע סחורה וואס פלאצט פון אביסל הייס וואסער) אבער מער לאז איך מיך נישט פארפירן כ'גיי בל"נ קויפן נאר די טייערערע.
אגב כ'האב שוין געהאט איינמאל וואס א גלאז האט געקראכט ווען די ליכט אין געשטאנען שיעפ אויף די וואנט (כ'דענק ניש וועכע פירמע ס'איז געווען) אבער ס'האט גארניש פאסירט ב"ה. כ'זע נישט ס'זאל זיין א סכנה. כ'בין געזיצן לעבן די לעכט בשעת דאס האט פאסירט, די שטיקל גלאז אויף וואס די פייער האט זיך אנגעלאנט איז אראפגעפאלן און די לעכט האט ווייטער געברענט כאילו לא הי'.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 8:46 am
דורך פונקטליך
הרב לאז, די זאגסט אז ווען עס קראכט די גלאז געשעהט גארנישט,
ביי מיינס א משפחה מיטגליד האט די פארגאנגנעם יו"ט געפלאצט 4 ליכט (נישט יארצייט נאר די נרונים סארט) און עס איז געפלויגן שטילעך גלאז אינעם גאנצן סוכה און איז אים שיעור אריין איינס
אין די אויגן.
מ'ברויך זייער אכטונג געבן אפילו ביי די וואס שטייט אינם מתפוצצים מאש, עס האט דען א גאראנטי? און אפילו עס האט יא מיינט עס -אין בעסטן פאל- אז מ'וועט באקומען א נייע גלאז, סאו וואס האט יעצט משפחת קרעזני פון פלעטבוש פון א נייע גלעזל ווען זיי האבן נישט זייער טייער 8 יעריג יונגעלע..
זאל מען נאר הערן פריידיגע בשרות.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 10:55 am
דורך ווארד2007
יא איך האב שוין אמאל אויך געהאט אזא מעשה מיט די נרונים לעכט וואס א גלאז האט געקראכט
דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין
ואגב, איז דא אסאך אידן וואס פירן זיך צו צינדן מיט די פתיל צף, מען לייגט וואסער דערנאך אויל, וכך מקובלני מבית אבותי
פארגאנגענעם יום טוב האב איך געלעזט ערגעץ אז דאס איז א געוואלדיגע סכנה, און די וואסער קען מאכן אז די קנויט זאל ארויסשפרינגען
איך האב עס שוין געהאט עטליכע מאל
וויל איך וויסן, אויב איז דאס אזא סכנה פארוואס טוט עס עולם גולם ווייטער
און אפשר איז עס נאר ווען...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 6:40 pm
דורך לאז געמאכט
הערטס אויס מען דארף צינדן ליכט יא? מיט יעדע מין פייער קען געשען א סכנה יא? וואס דרייט איר א קאפ?
איך האב געזען די גלאז פאלן עס איניש געפלויגן שטיקער נאר איין שטיקל איז אראפגעפאלן, ס'איז אמת אז אויב איינער וואלט געליגן לעבן דעם מיט אפענע אויגן וואלט אפשר געווען א סכנה, אבער טרייבט נישט איבער.
זוי ווי מען דארף נישט גומל בענטשן אז מען איניש געווען אין די הויזן ווען מ'האט עס אויסגעוואשן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 6:46 pm
דורך למעלה משבעים
ביי מיין מאמע די יו"ט איז אויך אפאר געלזער צושאסן געווארן, און עס איז געפלויגן אויף אלע זייטן אויפלאזנדיג די טישטעך און פארשידענע מקומות.
און דאס וואס ווארד2007 זאגט וועגן פתיל צף, ביי מיר איז דאס נאר איינמאל אין שנה ראשונה געשען...... ווייל איך האב גלייך געטוישט צו א אנדערע מין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 7:14 pm
דורך לאז געמאכט
אה דער עולם נוצט די ביליגע שמאטע גלאז...! וואס איז מיר צופיצעלט געווארן אין סינק פון הייס וואסער..
איך נוץ די ארגינעלע גלאז שוין העכער פינף יאר קיינמאל האט זיך קיין גלאז נישט צופיצעלט! איינמאל איז אראפגעפאלן איין שטיק גלאז און דאס ביניך אויך נישט זיכער צו ס'איז געווען א ארגינעלע גלאז (די מעשה האט פאסירט אפאר יאר צוריק).