בלאט 1 פון 1

הילף מיט "באגאבאא בי" קערידזש

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 21, 2010 8:09 pm
דורך שוועמל
ווען מען שטופט עס, מאכט איין רעדל גריצלדיגע קולות, עס טרעט אויף די אינער-הויג ממש.

כ'אב שוין געשפריצט יוניט WD-40 נישט געהאלפן.

עס דרייט זיך פיין, גארנישט פארהאנקערט אבער די גריצלניקעס קלינגען ווי די מלאכי חבלה צי נישט ערגער.

עני איידיע?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 21, 2010 8:29 pm
דורך צום זאך
ביי די נייע באגאאבאאה'ס (011') דארף מען שוין צו קענען אראפנידערן די וואלים אונטן ביי די זייט.

און בד"וו, איך האב די זעלבע פראבלעם מיט מיינע קראק'ס C, ס'גרידזשעט ביי יעדן טריט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 21, 2010 9:06 pm
דורך הערשי קניהויז
אוי צום זאחחחח.
---

שוועמעל, קוק צו די אייזן ביי די זייט פון די רעדל האט זיך נישט אפשר אריינגעריקט א טראפ און דאס מאכט עס קראצן. דאס איז געווען ביי מיר די פראבלעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 21, 2010 9:08 pm
דורך הערשי קניהויז
דאס מיין איך

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 21, 2010 9:41 pm
דורך געלעגער
צום זאך, האסט שוין פראבירט צו לייגן אויל אויף די קראקס? זיי זאגן אז ס'העלפט, פראביר עס און קום צוריק מיט רעזולטאטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 22, 2010 12:43 am
דורך שוועמל
הערשי, ניין דאס איז נישט די פראבלעם ביי מיר.

נאכן דורכנישטערן די זאך האב איך פעסטגעשטעלט אז יענער ראד איז אויסגערינען די לופט, עס איז לויז, דערפאר גריצלט עס ווען מען פארט ווייל די גומי קלעבט זיך און עפענט זיך קלעבט זיך און עפענט זיך וכו' דאס גיבט ארויס אזא טשילסירנדע שטימע.

ווארשיינליך ברויך איך איינהאנדלען א נייער ראד, איינער האט א רעסיט איך זאל קענען קלעימען אונטערן וואראנטי?



אט הערט [איר קענט נידערן די וואליום דארט אונטן ביים קעריזש..]