בלאט 1 פון 5
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:52 pm
דורך dovidal
הרב מאיר יחיאל קנאבלאך, די יו"ר פון מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד, אגב. דאס וואס איר שרייבט אז תר ספרים האבן נישט קיין ווערד, וויל איך איך מודיע זיין אז עס זענען דא ספרים ווא האבן א גרויסן ווערד. פארבינדט אייך אויף 845.729.0817
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:58 pm
דורך your friend
איך קען דיר געבן נאך א סוחר ווען די ביסט פארטיק מיט קנאבלעך (דער אוינער פון די קאמפאני מכון לכתבי וכו') , פאר א סעקאנד אפיניען. קאנטעקט אין אישי פאר מער אינפאוי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 9:38 am
דורך סמארט
וואס איז מיט פינטער פון בארא פארק, ער דילט נישט מיט אלטע ספרים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:37 pm
דורך SPUSMN
זאג'שע וועלכער ספר די האסט געטראפען, וועט מען דיר וויסען וואס צו ענטפערן. נישט נאר תיו ריש ספרים קען ווערט זיין געלט, תיו שין ספרים קען אויך ווערט זיין געלט אויב די האסט דער ריכטיגע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:38 pm
דורך באגי מען
למשל וועלכע תש ספר איז ווערט א מאיאנטעק?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:43 pm
דורך SPUSMN
באגי מען האט געשריבן:למשל וועלכע תש ספר איז ווערט א מאיאנטעק?
דער ערשטער דריק פון א ספר, ספעציעל פון א חסידיש ספר. עס איז אפשר נישט ווערט קיין מאיאנטיק, אבער קען ווערט זיין פיפציג ביז הונדרעט דולער. טומער דאס איז ביי דיר גארנישט, שיק מיך אריין אין אישי, עך קען עס יוזען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:48 pm
דורך יואל ווייס
ר' חיים שלו' טובי' גדלי' פעקעטע פון קרית יואל, איז אויך אן אנטיק-ספרים האנדלער.
זיין היים-נומער: 845-782-3162
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 12:53 pm
דורך באגי מען
SPUSMN האט געשריבן:באגי מען האט געשריבן:למשל וועלכע תש ספר איז ווערט א מאיאנטעק?
דער ערשטער דריק פון א ספר, ספעציעל פון א חסידיש ספר. עס איז אפשר נישט ווערט קיין מאיאנטיק, אבער קען ווערט זיין פיפציג ביז הונדרעט דולער. טומער דאס איז ביי דיר גארנישט, שיק מיך אריין אין אישי, עך קען עס יוזען
וויפיל איז ווערד די ערשטע דרוק פון ברך משה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 1:04 pm
דורך SPUSMN
אנטיקס גייט לויט סופליי אין דימענד, נישט קיין נפקא מינה צו עס איז פון מתושלח'ס צייטען אדער פון נעכטען (יא נעכטען איז שוין אנטיק לכל הדעות ווייל מען קען שוין "נישט" צוריק ברענגען די נעכטיגען טאג, און וויאזוי פלעגט רבי חיים שנעבאלג זאגען " ער שרייבט שוין נישט"). אשר על כן דארף מען וויסען צו א ברך משה איז שוין אוט אוו פרינט אדער נישט, און וויפיל בעלנים איז היינט דא אויף יעדער איינס וואס קומט אפיער. עס איז זייער פשוט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 2:57 pm
דורך farshlufen
רב שפאזמאן, דער בר"מ איז שוין בעוה"ר נישטא א פאר יאר, קריגן קאן מען דאס נישט פאר שווערע געלטער אויך נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:16 pm
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:רב שפאזמאן, דער בר"מ איז שוין בעוה"ר נישטא א פאר יאר, קריגן קאן מען דאס נישט פאר שווערע געלטער אויך נישט.
ער איז נישטא אבער זיין ספר איז אבער יא דא, לבי אומר לי אז עס איז דא דערפון גענוג אין איבעריג, ווייל אין עניות במקום עשירות, און ווייל אויב א מלכות (סאטמאר אין דיס קעיס) זאגט עקר טורא, איז עקר טורא, מען דרוקט א (ת)דפסתא מרובה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 4:17 pm
דורך יואל ווייס
הברך משה דפוס ראשון כבר ספה ותמה מן השוק, בדקתי בכמה חניות מוכרי ספרים הן בוומסב"ג והן בקרית יואל.
ושמעתי שהמו"ל הרב מזענטא שליט"א עדיין יש לו מספר מצומצם, אבל אינו מוכרן ומחכה לכשהיוקר יאמיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 5:37 pm
דורך dovidal
איך האב א חבר א אנטיק סוכר וואס ער האט איצט צו פארקויפן צוויי היסטארישע טליתים, איינס פון רביה"ק מסאטמאר, און איינס פון דם אמרי חיים פון וויזשניץ. ביידע זענען שטארק פארלעסליך, טאמער ווייסט איר איינער וואס איז אינטרעסירט דערוועגן, שריסט אריין דא, און איר וועט ווערן גוט באלוינט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 6:10 pm
דורך farshlufen
אן אנטיק וואס? א שוכר?
from 5339 -Tuf alef אבארבנל על התורה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 6:33 pm
דורך אברהם שלמה
from 5339- Tuf alef אבארבנל על התורה I have a
It has hundreds of footnotes written in Old Laten
Also in that sefer i found a double sided Manuscript written in the same handwriting
Kestenbaum does not want to deal with it since i think it was written by a Priest - see this footnote its about someone who converted to Christianity

Here is a link to Pictures of the Sefer
https://picasaweb.google.com/Avikrula/UntitledAlbumDoes anyone know whom i can contact
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 07, 2011 12:43 pm
דורך באגי מען
רבי עקיבא אייגר
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 9:41 pm
דורך dovidal
dovidal האט געשריבן:איך האב א חבר א אנטיק סוכר וואס ער האט איצט צו פארקויפן צוויי היסטארישע טליתים, איינס פון רביה"ק מסאטמאר, און איינס פון דם אמרי חיים פון וויזשניץ. ביידע זענען שטארק פארלעסליך, טאמער ווייסט איר איינער וואס איז אינטרעסירט דערוועגן, שריסט אריין דא, און איר וועט ווערן גוט באלוינט
איך זוך צו קויפען א כתב פון הגאון רבי עקיבא אייגער זצ"ל א ספר מיט א חתימה אדער הגות איז אויך פיין
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 10:20 pm
דורך מי יודע
יואל ווייס האט געשריבן:הברך משה דפוס ראשון כבר ספה ותמה מן השוק, בדקתי בכמה חניות מוכרי ספרים הן בוומסב"ג והן בקרית יואל.
ושמעתי שהמו"ל הרב מזענטא שליט"א עדיין יש לו מספר מצומצם, אבל אינו מוכרן ומחכה לכשהיוקר יאמיר.
אויב איך מעג פרעגן מיט וואס איז ברך משה די ערשטע דרוק מער ווערט ווי די צוייטע
און אגב וואס מיינט די ערשטע דרוק, די ערשטע שיפמענט וואס מען האט געדרוקט תשנ"ה, אדער די סייז, אדער גאר די צורת הדף אויב איינער פלאנט עס איבערצומאכן.
לפי ידיעתי האט מען ברך משה סדר בראשית איבערגעדרוקט כאטש 4 אדער 5 מאל בחיי רבינו המחבר, איז ווי אזוי ווייסטו אויב ס'איז די שיפמענט וואס מען האט געדרוקט תשנ"ה אדער תשנ"ז.
סדר שמות האט מען אויך געדרוקט א גוטע דריי מאל, און ביי שמות איז יא דא א שטיקל חילוק, אין די ערשטע דרוק איז ביי די רוקן פון די ספר די ווארט שמות א אנדערע אות, מרגליות אות, און ביי די שפעטערדיגע איז עס שוין די היברו קאנדענסט אות.
לאמיר נעמען נאך א משל, דברי יואל מיט די אלטע דעקלעך האט מער א חשיבות ווי די היינטיגע דברי יואל מיט די עטרת דעקלעך?
איך האב נאך די אלטע, צו די גאר קליינע דברי יואל מיט די ברוינע דעקלעך?
נועם אלימלך האט געהאט א חשיבות די ערשטע דרוק ווייל ווער ס'האט עס געדרוקט, אבער סיי וועלכע אנדערע ספר וואס איז געבליבן מיט די זעלבע צורת הדף זע איך נישט וואסערע חשיבות ס'זאל האבן אונטער הונדערט יאר אלט.
ספה"ק ויואל משה האט א חשיבות די ערשטע דרוק, ווייל מען האט קודם געדרוקט די ערשטע מאמר, דארכט זיך ס'איז נאר איין קאלום, ס'איז א אנדערע צורת הדף.
איך האב למשל א עצי חיים די ערשטע דרוק, ס'איז קוים 80 יאר אלט, וויפיל קען עס ווערט זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 10:37 pm
דורך והוא פלאי
מי יודע האט געשריבן:יואל ווייס האט געשריבן:הברך משה דפוס ראשון כבר ספה ותמה מן השוק, בדקתי בכמה חניות מוכרי ספרים הן בוומסב"ג והן בקרית יואל.
ושמעתי שהמו"ל הרב מזענטא שליט"א עדיין יש לו מספר מצומצם, אבל אינו מוכרן ומחכה לכשהיוקר יאמיר.
אויב איך מעג פרעגן מיט וואס איז ברך משה די ערשטע דרוק מער ווערט ווי די צוייטע
און אגב וואס מיינט די ערשטע דרוק, די ערשטע שיפמענט וואס מען האט געדרוקט תשנ"ה, אדער די סייז, אדער גאר די צורת הדף אויב איינער פלאנט עס איבערצומאכן.
לפי ידיעתי האט מען ברך משה סדר בראשית איבערגעדרוקט כאטש 4 אדער 5 מאל בחיי רבינו המחבר, איז ווי אזוי ווייסטו אויב ס'איז די שיפמענט וואס מען האט געדרוקט תשנ"ה אדער תשנ"ז.
סדר שמות האט מען אויך געדרוקט א גוטע דריי מאל, און ביי שמות איז יא דא א שטיקל חילוק, אין די ערשטע דרוק איז ביי די רוקן פון די ספר די ווארט שמות א אנדערע אות, מרגליות אות, און ביי די שפעטערדיגע איז עס שוין די היברו קאנדענסט אות.
לאמיר נעמען נאך א משל, דברי יואל מיט די אלטע דעקלעך האט מער א חשיבות ווי די היינטיגע דברי יואל מיט די עטרת דעקלעך?
איך האב נאך די אלטע, צו די גאר קליינע דברי יואל מיט די ברוינע דעקלעך?
נועם אלימלך האט געהאט א חשיבות די ערשטע דרוק ווייל ווער ס'האט עס געדרוקט, אבער סיי וועלכע אנדערע ספר וואס איז געבליבן מיט די זעלבע צורת הדף זע איך נישט וואסערע חשיבות ס'זאל האבן אונטער הונדערט יאר אלט.
ספה"ק ויואל משה האט א חשיבות די ערשטע דרוק, ווייל מען האט קודם געדרוקט די ערשטע מאמר, דארכט זיך ס'איז נאר איין קאלום, ס'איז א אנדערע צורת הדף.
איך האב למשל א עצי חיים די ערשטע דרוק, ס'איז קוים 80 יאר אלט, וויפיל קען עס ווערט זיין?
אויסער דעם אין ויואל משה דפוס ראשון איז דא שינויים
ויואל משה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 11:26 pm
דורך dovidal
די ערשטע דרוק פון רביןס ספרים ויול משה- על הגאולה--דברי תורה פארקויפען זיך ביי די אנטיק סוחרים פאר הונדערט דאלער א ספר
א בלעטיל כתב יד 3000 דולער א בריוו צווישען 5000 ביז 20000 ווענדט זיך אין זמן און תוכן
א בלעטיל כתב יד פון ישמח משה נאנט צו 50000 דאלר
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:30 pm
דורך SPUSMN
רב מי יודע, אן עצי חיים ערשטע דרוק איז ווערט מער ווי 80 דאלער, אפשר א הונדרעט אדער מער, עס איז דאך דער ערשטער דרוק פון א חסידישע ספר. אמאל האט מען געדרוקט, היינט מאכט מען קאפיס, איז ממילא א ערשטער דרוק פון א ספר אסאך מער ווערט ווי דער צווייטער, אבער א קאפי פון ערשטען איז גארנישט ווערט, יעדער קען מאכען קאפיס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:19 pm
דורך טאבאקא
פונטקליך ווען האט מען אנגעהויבן צו מאכן קאפיס?
איך האב אסאך ספרים פון תש"ח און ווייטער, אבער רוב האט מען שוין איבערגערוקט. איר קלערט אז עס איז עפעס ווערט?
ספרים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 1:07 am
דורך dovidal
טאבאקא האט געשריבן:פונטקליך ווען האט מען אנגעהויבן צו מאכן קאפיס?
איך האב אסאך ספרים פון תש"ח און ווייטער, אבער רוב האט מען שוין איבערגערוקט. איר קלערט אז עס איז עפעס ווערט?
אלטע ספרים פאר ת"ש האבן א ווערט אויב עס ברעקעלט זיך נישט-----פאר איר לייגט עפעס אין שמות רופט אן עקספערט יפה שעה אחת קודם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 7:43 am
דורך צים פינטעל
איך האב א ארגינעלע בריוו וואס רביה"ק מהר"י טב מסטאמר האט אינטערגעשריבן
איז דאס ווערט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 8:29 am
דורך זאמלער
ווערד איז דאס זיכער
עס ווענד זיך נאר
וועלכע יאר ס'איז געשריבן
און די תוכן דערפון