עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 1:53 pm
SPUSMN האט געשריבן:באגי מען האט געשריבן:איך האב אויך ביי מיר א אלטע מחזור פון די תק יארן, וואס אויפן שער איז דא א כת"י וואס קוקט אויס פון א גדול, (ער באשרייבט דארט א נס וואס עס איז מיט אים געשעהן), דאס גלייב איך איז שוין עפעס ווערד, אבער בערך וויפיל?
איך ווער שוין עקסייטעד. טוה מיר א טובה און זאג אונז פונקלעך וואס עס שטייט דארט, אפשר גאר איז עס א טובה פאר כלל ישראל אז זיי זאלען הערען פון די חסדים וואס איז געשען צו יענער איד וואס האט זיך גענומען דער מוה עס צו פאראייביקען. בעפאר עס קומט אן צו אזא קאלעקטער וואס וועט עס "באהאלטען" און עס וועט שוין קיינמאל נישט זעהן דער שיין פון די זין, שעהר עס מיט כלל ישראל. א יישר כח
שטעלט עס ארויף דא פאר הילף אין מפענח זיין
ןhttp://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=12326
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 12, 2011 7:44 am
איך האב פרובירט אויסצוליינען וואס ס'שטייט דארט, אבער ס'איז גאר א שווערע כתב...
ס'הייבט זיך אן מיט די ווערטער אוי נא לי כי ה' גמר בעדי, ביום כ"א אייר תקצ"ד...
אונטערגעשריבן צוויי אירע, איינס איז יוסף חיים ??? (מעגליך דער בן איש חי?)
און נאך איינער וואס אויפן מינוט דענק איך נישט די נאמען.
די מחזור בעצם איז געדרוקט געווארן אין שנת תע"ד (נאנט צו 300 יאר צוריק) [עס שטייט אין בעק אז מען האט עס געענדיגט דריקן אום י"ב אדר שנת דע"ת], און עס איז אין א גוטע צושטאנד.
ס'הייבט זיך אן מיט פרקי אבות, און נאך יעדע משנה אין לשה"ק, איז עס איבערגעזעצט אויף ספאניש (אדער א אנדערע שפראך), אבער נישט מיט די גוי'אישע כתב, נאר אין לשה"ק ומנוקד.
שפעטער שטייט אלע תפלות ופיוטים פאר שבועות מיט א לשה"ק גרינגע שיינע פירוש, דערנאך די קינות לת"ב אויך בפירוש הנ"ל, דערנאך איז דא פארשידענע אינטערסאנטע תפלות ובקשות. אויך איז אריינגעדרוקט א שיינע פאר בלעטער מיט הלכות מיטן נאמען "הדרת קודש", צום סוף איז דא א שיר פון רב האי גאון, בקיצור עס איז דא וואס צו זעהן דארט...
זונטאג אוגוסט 14, 2011 2:25 pm
באגי מען האט געשריבן:עס איז שמות כאטשיג ס'איז א ארגינעלע דרוק, און נישט א קאפי? (הגם נישט די ערשטע דרוק)
איך בין גרייט צו באצאלען פאר די שמות קעש
מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:44 pm
באגי מען, א שאד די קענסט נישט ליינען דער גאנצער אויפשריפט, אבער קענסט עס ארויפלייגען ווי זאמלער האט דיר אנגעוויזען, און די מומחים דא וועלען פרובירען עס מפענח זיין בחנם. דער בן איז חי האט געשריבען און דער ספרדישער כתב, איז ממילא עס נישט זיינס. אז עס איז פון שנת תע"ד און אויב עס פעלט גארנישט פון דעם באנד, אבער עס איז אן א שער, א האלבע זאך, קען עס ווערט זיין 100-300 דאלער
מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:52 pm
דער בן איש חי איז דאך אוועק קוים הונדערט יאר צוריק
מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:04 pm
גערעכט, ער איז נפטר געווארען און תרס"ט, און געבוירען געווארען שנת תקצ"ב און באגדאד, איז ער נאר געווען צוויי יאר אלט ווען זיין נאמען איז געשריבען געווארען ערגעץ ווי און אייראפא
מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:28 pm
איך האב ביי מיר אויך עטליכע אלטע ספרים, לכשאפנה אפרטם.
מיטוואך פבואר 22, 2012 2:37 pm
א שו"ע וואס האט באלאנגט צו הגאון רבי חיים אלעזר וואקס די נפש חיה, וויפיל קען דאס זיין ווערט?
(האט נישט קיינע הגהות)
מיטוואך פבואר 22, 2012 2:50 pm
דער שולחן ערוך האט פשטות נישט קיין אנטיקישע ווערט ווייל עס איז דא הונדערטער דריקען דערפון, אבער דער חתימה דארף יא ווערט זיין. וויפיל, ווייס איך נישט. ווענט זיך אויך וויפיל חתימות פון אים איז דא. וואס נאך שטייט? איז עס נאר א חתימה, אדער שרייבט ער נאך עפעס צו?
זונטאג מרץ 25, 2012 11:41 am
וויפיל איז ווערד א יהושע שופטים די ערשטע דריק מיט פירוש ע"ט פין יארע תר"ס ?
זונטאג מרץ 25, 2012 11:46 am
איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר די שאלה
איז דא א עצה אז די חברה (איך קען נישט זייער נאמען) וואס מאכן די דינע שמאלע לאנגע לעכער אין די אלטע ספרים אז זיי זאלן נישט זיין מער ווירקזאם, אפצו'הרג'ענען די ספר מער וויפיל זיי האבן שוין ערלעדיגט?
זונטאג מרץ 25, 2012 12:55 pm
יוראפ האט געשריבן:איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר די שאלה
איז דא א עצה אז די חברה (איך קען נישט זייער נאמען) וואס מאכן די דינע שמאלע לאנגע לעכער אין די אלטע ספרים אז זיי זאלן נישט זיין מער ווירקזאם, אפצו'הרג'ענען די ספר מער וויפיל זיי האבן שוין ערלעדיגט?
It may sound crazy, but the answer is to but it in the freezer
Take the book, wrap it in about 2 to 3 plastic bags tightly, and put it in the freezer for about 3 days. After 3 days, remove the book from the freezer, remove the plastic bags and let it air out for another few days, taking care to leaf through the pages to get rid of any moisture which if not done can cause mildew to start in the book. If you leaf through the pages, you may see the worms, and if you touch them, they should be "melted", sort of gooey. They are 100% dead! Take my word for it! Let the books air out for a couple days so that there's no moisture. DON'T just put the book back on the shelf, as moisture will build up and ruin the book and those next to it of left for a long period of time
זונטאג מרץ 25, 2012 1:01 pm
א דאנק אייך הרב אברהם שלמה
זונטאג מרץ 25, 2012 5:27 pm
און נישט פארגעסן עס צו האלטן - בכלל - אין פלאסטישע בעגס, רעפ, וכדו', אזוי אויך נישט צו אנסטאקן ספרים איינס אויפן צווייטן, נאר איטליכער עקסטער.
זונטאג מרץ 25, 2012 9:36 pm
וואס גייט אריין און כלל פון ערשטע דריק חסידשע ספרים
הישר והטוב לסקא בכלל?
תפילה למשה להיש"מ ?
און פון גאונים
למשל אורים ותומים דפו"ר
ספרי מהרש"ק דפו"ר
דברי שאול דפו"ר
האט א עקסטערע שוית
נישט צו פארקויפען ביזדערוויל כבין פשוט נייגעריג צו עס האט א שוית
דינסטאג מרץ 27, 2012 12:34 am
תניא תולדות מאור עינים נועם אלימלך קדושת לוי
דינסטאג מרץ 27, 2012 2:22 pm
פארוואס נישט "יעדער" חסידישער ספר דאס ערשטע מאל געדרוקט?
אויף דער תולדות זאגט מען אז ער אליין איז ארום געגאנגען עס פארקויפען (שוין געווען גיט איבער דער הונדרעט, באלד 110).
אויף דער נועם אלימלך זאגט מען אז מען האט געטובלט יעדען אייזערנע דפוס אויסלייג און מקוה פארען דרוקען.
דינסטאג מרץ 27, 2012 5:07 pm
מגן אברהם טריסק, ער פלעגט אויך אליין פארקויפן, נאך מער ער שרייבט א מורא'דיגע הקדמה פאר דער וואס וועט קויפן די ספר און לערנען, און ער פלעגט ארומפארן מיט א זיגל פון זיין נאמען (נאך זאכן איז געשטאנען אויף זיין זיגל איך געדענק נישט יעצט) און ווער ס'האט געקויפט האט ער אליינס אריינגעזיגלט זיין נאמען אונטער די הקדמה.
מאנטאג אפריל 30, 2012 9:52 am
האב ג'טראפען בבית אמי שתחי'
וויל האבען א באגריף צי עס איז א MARKET דערפאר
בחינת עולם.jpg
געבינדען ציזאם מיט
ארחות.jpg
ביז דעם שטיקעל "וכמו שהאדם דומה מעט מזעיר" אין שער יראת שמים
אן דעקליך, גאנץ א גיטער מצב, אן א חותם פון א בעה"ב
מאנטאג אפריל 30, 2012 10:02 am
װיפיל בערך דארף װערט זיין איין חלק שו״ע אבן העזר דפוס סלאװיטא פין די ״בערעלעך״ אין פארהאנטילמעסיגען גיטען צושטאנד?
מאנטאג אפריל 30, 2012 10:08 am
$150-$125
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:46 pm
וויפיל בערך איז ווערט א רי"ף חלק ראשון סלאוויטא תקס"ז אין היפש א גוטע מצב?
דינסטאג מאי 01, 2012 4:09 pm
האט איינער א פרייז?
איך דארף עס וויסן וויכטיג
אדאנק פון פאראויס
דינסטאג מאי 01, 2012 4:22 pm
הרב דער תקס"ז רי"ף איז נאך געדרוקט ביי דיי בערעלעך, 1 חלק איז ווערט בערך $100.
דינסטאג מאי 01, 2012 4:28 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:$150-$125
ישר כח ר׳ יוסל אבער יאך מיין אז עס דארף מער װערט צו זיין