Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 8:45 am

סאיז א מכתב המלצה פאר א איד

Advertisement

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:07 am

נו אהער דערמיט

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:42 am

וויפיל געלט

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:56 am

טאבאקא האט געשריבן:פונטקליך ווען האט מען אנגעהויבן צו מאכן קאפיס?

איך האב אסאך ספרים פון תש"ח און ווייטער, אבער רוב האט מען שוין איבערגערוקט. איר קלערט אז עס איז עפעס ווערט?


עס איז דא ספרים קאפיס שוין פון די תרפ'ס אבער כמעט נישט. קאפיס האט זיך אנגעהויבען און גרויסען 10 יאר נאך די מלחמה ווען ר' וואלף האט געדרוקט (קאפיס) פון אלע ספרים וואס מען האט געדארפט. און שענחיי (דער בלוטיגער ש"ס ווי רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט עס אנגערופען) איז שוין געווען קאפיס, אזוי אויך די ספרים וואס מען האט געדרוקט און די די. פי. לאגערען זענען אויך געווען קאפיס

ספרים נאך תש"ח קען ווערט זיין גארנישט און מען דארף נאך צוצאלען עס אוועק צו פירען, אדער ווערט זיין געלט אויב מען האט א קאלעקטערס אייטעם, פאר מען ווארפט אוועק איז כדי צו פרעגען איינעם

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:58 am

איך האב ביי מיר א ספר הפליאה (קבלה ספר) געדרוקט אין די ערשטע העלפט ת"ר יארן, וואס קען עס ווערד זיין?

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 10:06 am

באגי מען האט געשריבן:איך האב ביי מיר א ספר הפליאה (קבלה ספר) געדרוקט אין די ערשטע העלפט ת"ר יארן, וואס קען עס ווערד זיין?


ווער איז דער מחבר? דער ערשטער זאך דארך מען וויסען צו עס איז דער ערשטער דרוק פון דער ספר, אויב יא איז עס ווערט געלט. צו וויסען אויב עס איז דער ערשטער דרוק, קוק אריין און בית עקד ספרים, אדער קוק אויפען שער און די הקדמות און הסכמות, וועסטו שוין פון דעם אויך וויסען

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 10:20 am

ספר הפליאה
hebrewbooks.org/6355

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 10:24 am

דער ערשטער דרוק:
www.hebrewbooks.org/49369

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 10:26 am

איך האב עס נישט יעצט ביי מיר (איך האב עס אינדערהיים), אבער דאכט זיך מיר אז עס איז פון תרמ"ד http://www.hebrewbooks.org/6355

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:13 am

באגי מען האט געשריבן:איך האב עס נישט יעצט ביי מיר (איך האב עס אינדערהיים), אבער דאכט זיך מיר אז עס איז פון תרמ"ד http://www.hebrewbooks.org/6355


איך מיין אז דענמאלץ איז עס שמות. דער ערשטער דרוק איז מסתמא און די ריש'ן אדער שינ'ס, עס הייסט אבער ספר הקנה און דער מחבר איז דער הייליגער תנא רבי נחוניא בן הקנה

פאר די ווארפסט עס אין שמות בלעטער דורך דער גאנצער ספר צו עס איז נישט דארטען דא עפעס ווערטפול. אויך קוק אויב עס האט חתומות אפילו פון א פשוטער איד ווייל זיינע אייניקלעך קען עס אינטערעסירען. עס איז דא אן אשכול פאר דעם דא
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:16 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:14 am

עס איז שמות כאטשיג ס'איז א ארגינעלע דרוק, און נישט א קאפי? (הגם נישט די ערשטע דרוק)

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:19 am

באגי מען האט געשריבן:עס איז שמות כאטשיג ס'איז א ארגינעלע דרוק, און נישט א קאפי? (הגם נישט די ערשטע דרוק)


כדי א ספר, נישט קיין ערשטע דרוק זאל עפעס ווערט זיין, מוז עס עפעס פארקויפען, צו הגהות, צו אן אינטערעסאנטע הסכמה, אדער חאטש פון די תק'ס און פריער, וכו' ו

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:41 am

איך האב אויך ביי מיר א אלטע מחזור פון די תק יארן, וואס אויפן שער איז דא א כת"י וואס קוקט אויס פון א גדול, (ער באשרייבט דארט א נס וואס עס איז מיט אים געשעהן), דאס גלייב איך איז שוין עפעס ווערד, אבער בערך וויפיל?

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 11:59 am

באגי מען האט געשריבן:איך האב אויך ביי מיר א אלטע מחזור פון די תק יארן, וואס אויפן שער איז דא א כת"י וואס קוקט אויס פון א גדול, (ער באשרייבט דארט א נס וואס עס איז מיט אים געשעהן), דאס גלייב איך איז שוין עפעס ווערד, אבער בערך וויפיל?


איך ווער שוין עקסייטעד. טוה מיר א טובה און זאג אונז פונקלעך וואס עס שטייט דארט, אפשר גאר איז עס א טובה פאר כלל ישראל אז זיי זאלען הערען פון די חסדים וואס איז געשען צו יענער איד וואס האט זיך גענומען דער מוה עס צו פאראייביקען. בעפאר עס קומט אן צו אזא קאלעקטער וואס וועט עס "באהאלטען" און עס וועט שוין קיינמאל נישט זעהן דער שיין פון די זין, שעהר עס מיט כלל ישראל. א יישר כח

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:00 pm

אי"ה שפעטער נאכמיטאג ווען איך וועל אהיימקומען פון די ארבעט.

אבער בערך וויפיל שאצט איר, קען דאס ווערד זיין?

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:05 pm

אויב עס איז און א גוטע צושטאנד און עס פעלט נישט קיין בלעטער איז עס געווענליך ווערט צווישען 100-200 דאלער. אויב עס איז און א געהרגעטע צושטאנד אבער עס האט חשובע חתימות אדער א שיינע מעשה אריינגעשריבען, דענמאלץ קען עס אויך ווערט זיין. געווענליך זענען די זאכען (תפילה זאכען) נישט קיין שמות, אפילו דער פופציגסטער דרוק

נאכאמאל א יישר כח פאר אייער טירחה פאר אונז זאגען וואס עס שטייט דארטען

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:08 pm

עס איז אין גאר א גוטע צושטאנד, ס'פעלט נישט קיין בלעטער.

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:12 pm

נאך א זאך, אויב עס איז איין מחזור פון פינעף בענדער איז עס ווייניגער ווערט ווי און א גאנצע סעט. אויך די רעדעלהיים דרוק אויב נישט דער ערשטע האט נישט קיין ווערט, ווייל עס איז דא א דיים א דאזען

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:15 pm

עס איז איין באנד. (מיט א פירוש)

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:15 pm

אויב איך געדענק גוט איז עס געדרוקט אין איטאליא.

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:17 pm

סאונד'ס גוד, וועמען'ס פירוש? רבי וואלף היידענהיים? ו

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:19 pm

און איטליא איז דא די שנת תקב"ל צוויי בענדער מחזורים. אויב עס איז איטליא (מסתמא ליוורנו) האט עס די ווערט ווי איך האב פריער געשריבען. מיט דער מעשה נאך אויך, ווער ווייסט

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:26 pm

איך ווייס נישט וועמענס פירוש, ס'שטייט נישט...

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 12:27 pm

איך בין יעצט נישט אינדערהיים קען איך נישט נאכקוקן, אבער איך מיין אז די שנת הדפסה איז תקצ"ד.

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 1:43 pm

צים פינטעל האט געשריבן:וויפיל געלט

שיק מיר אריין א קאפי אין אישי דערנאך העמער גיין ווייטער
שרייב א תגובה

Advertisement