עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג ספטמבר 13, 2010 4:50 pm
אזוי ווי יעצט אין די טעג איז דאך דער אתרוג סיזען, דער עולם לויפט ארום פון איין מוכר צום צווייטן, מ'פרעגט מבינות פון אנדערע, מ'גייט ארויף צום דיין ווייזען וואס מען האט איינגעהאנדעלט וכו' וכו', איז מיר איינגעפאלן צו עפענען אן אשכול פאר דעם צוועק, דער עולם זאל קענען זיך געבן עצות איינער פארן צווייטן, רעדן פון שאלות וואס מאכן זיך אפט, אפשר ארויפלייגן א בילד פון די אתרוג וואס מ'האט געקויפט אא"וו.
Advertisement
מאנטאג ספטמבר 13, 2010 5:03 pm
פאר א גוטע התחלה...
מאנטאג ספטמבר 13, 2010 5:59 pm
דער בילד איז ברייט באקאנט
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:29 am
סתם פאר אינטערסאנטקייט, איז דא עמעצער וואס קויפט א אתרוג א' סליחות?
יעדעס יאר זעה איך פלאקאטן פון אתרוגים סוחרים, וואס שרייבן מיט גרויסע קידוש לבנה אז אנגעהויבן פון יום א' סליחות וועט זיין צו באקומען הערליכע מהודר'דיגע אתרוגים וכו' וכו', איז אבער דא עמעצער וואס קויפט אזוי פרי א אתרוג?
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:35 am
היי יאר (קומענדיגן יאר תשע"ב) וועט זיין נאך יוה"ק שחל בשבת 4 גאנצע טעג ביז סוכות, קען מען דאך דאן אלעס ארלעדיגן.
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 4:08 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, איז דא עמעצער וואס קויפט א אתרוג א' סליחות?

יא.