בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 6:51 pm
דורך שנאפס
$266 א יאר פאר 60 אלפים, פייער און וואסער, איז א גוטע פרייז? ווי אויך האט עס ריפלעיסמענט קאסט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 8:50 pm
דורך היימישער איד
איך צאל אויך בערך אזויפיל. (216 פאר 60 אלפים + 100K לייעבילעטי, מיט 1000 דידאקטעבל) [ס'איז א טרעוולער'ס פאלעסי, עס מאכט א חילק די פירמע אזוי זאגט מען]
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 9:07 pm
דורך שנאפס
וואס מיינט 1000 דידאקטעבל?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 9:08 pm
דורך שנאפס
אגב, איך מיין אז מען קען אהער רוקן רוב תגובות פון די לעצטע פאר בלעטער פון די פרעמישלאן פייער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 9:17 pm
דורך ידיד
שנאפס האט געשריבן:וואס מיינט 1000 דידאקטעבל?
אויב די שאדן איז 1000 דאלער אדער ווייניגער וועלן זיי דאס נישט באצאלן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 10:42 pm
דורך היימישער איד
דיטאקטעבל מיינט אז מען דארף זיי באצאלן 1000 דאלער פאר יעדע קלעים איידער זיי באצאלן.
http://en.wikipedia.org/wiki/Deductible
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 11:16 pm
דורך פארדינט
איך מיין אז נישט מ'דארף זיי באצאלן, נאר די ערשטע 1000 דאלער באצאלן זיי נישט.
---
איך באצאל בערך 350-400 און עס דעקט ביז 150,000 פערזענליכע חפצים, פלאס 300,000 לייעבילעטי, און נאך זאכן ווי רענט וכדו', און 1000 דאלער דעדאקטעבל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 28, 2013 11:43 pm
דורך היימישער איד
אין וויקי שטייט אז מען דארף באצאלן דאס געלט איידער זיי באצאלן א פעני.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 9:20 am
דורך פארדינט
היימישער איד האט געשריבן:אין וויקי שטייט אז מען דארף באצאלן דאס געלט איידער זיי באצאלן א פעני.
In an insurance policy, the deductible is the amount of expenses that must be paid out of pocket before an insurer will pay any expenses
די ווערטער מיינען אז - אין אונזער פאל - די ערשטע $1000 דארף מען ארויסנעמען פון די אייגענע טאש, אבער ס'מיינט נישט אז מ'דארף "זיי" באצאלן די $1000, נאר למשל, אויב די פאליסי איז אויף $100,000 באצאלן זיי נאר $99,000.
כנלע"ד.
רענטערס אינשורענס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:56 pm
דורך ניק ניק
איך וויל שוין עטליכע יאר מאכן רענטערס אינשורנס, נאר איך האב עס נאכנישט ארלעדיגט ווייל איך האב פארשטאנען פון איינעם אז ביי א קלעים חלילה זאל זיך נישט מאכן, צאלט נישט די קאמפעני וויפיל אינשורענס מ'האט פארלאנגט ביים מאכן די פאלעסי, נאר וויפיל די שאדן איז געווען יעצט, פרעג איך אן עדזשענט צו זיי קומען אראפ שאצן די ווערט פון די חפצים, אגן זיי ניין, מ'דארף אליין זאגן וויפיל מ'וויל.
און אנדערע ווערטער איז אזוי.
ביים צאלן נעמען זיי לויט וויפיל די קאסטומער שאצט זיין פארמעגן.
ביים באצאלן צאלן זיי לויטן וויפיל זיי שאצן די פארמעגן איז געווען.
איז עס ריכטיג?
אויב יא וויאזוי קען מען נאך א שאדן אויפווייזן וואס מ'האט שאדן געהאט ח"ו?
וואס האט מען פון מאכן א פאלעסי אז ווען מ'דארף עס חלילה, האט די קאמפעני פיינע תירוצים זיך ארויסצודרייען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:58 pm
דורך ניק ניק
צום סוף האב איך גענומען א פרייע אונשורענס וואס איז 100% גאראנטיע, און די עיקר מעלה דערפון איז אז נישט נאר ס'באצאלט על כל צרה שלא תבוא, נאר די אינשורענס מאכט זיכער ס'זאל בכלל נישט פאסירן בעזהי"ת.
די 6'טע שורה פון די ברייטע שורות
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 20, 2014 10:48 pm
דורך עין טובה
טרעוולער האט געשריבן:עין טובה האט געשריבן:ומכאן הקריאה יוצאת, היזהרו מיט די חנוכה מנורה'ס!
ומכאן הקריאה יוצאת. צו מאכן פייער אינשורענס ,ס'קאסט בעררך $250 א יאר.
איך צאל $207
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 20, 2014 10:57 pm
דורך אַבּערוואַס
מאכן פייער אינשורענס איז זייער וויכטיג! מ'דארף אבער מאכן זיכער אז מ'איז טאקע געקאווערט און טאקע פאר די פולע ווערט אינפאל פין א דעמעדזש ח"ו, ס'נישט קיין געים ווי די ביליגסטע פאליסי געווינט, ודו"ק!!
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 20, 2014 11:51 pm
דורך אדם ישר
ווי באקומט מען אזוי ביליג פייער אינשורענס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 12:37 am
דורך אַבּערוואַס
אדם ישר האט געשריבן:ווי באקומט מען אזוי ביליג פייער אינשורענס?
מ'קען, אויב די פאליסי קאווערט זייער ווייניג (ווערט, און קרייטעריעס), אדער אויב זאגט מען זאכן וואס זענען נישט פונקטליך אזוי, אדער איז דאס א אינשורענס קאמפאני וואס ווען ס'קומט למעשה - מ'זאל נישט דארפן - ווייסט מען ניטאמאל נאכצוזאגן זייער נאמען געהעריג, אדער אלע דריי צוזאמען... צו זיין אמת'דיג, א יונגערמאנטשיק נאך די חתונה קען יא זיין געקאווערט אין די רעינדזש גענוג פאר א מינימום, אבער מינימום!
יעצט קוק צוריק מיין פריערדיגע תגובה!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 12:46 am
דורך א גולם
ביי A TO Z insurance קען מען האבען פאר 250$ א יאר