בלאט 1 פון 1

איך זוך א בעל מלאכה... ריפארל סערוועס

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 4:04 pm
דורך לאז געמאכט
כ'האב א שטיקל פארטש - פייער סקעיפ וואט עווער כ'האב חשק צו מאכן א סוכה דארט לכבוד יו"ט הבעל"ט די פראבלעם איז אז מען דארף עס אביסל אסאך פיקסן די געיט איז נידריג אין שאקעלדיג, די פלאר האט א גרויסע עפענוג פאר די שטיגן אראפצוגיין.

ברויך איך יעצט א שמיד זאל לייגן דארט א פלאר-טיר און העכער שטערקער מאכן די צוים רינגס און ארום.

סא ווער האט א גוטע שמיד וואס איניש טייער... אויך ווער האט א אנונג אין וואספארא סכומים דאס קען אריינשלעפן.

עני אינפא איז אפריציעטעט

א דאנק

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 28, 2010 9:30 pm
דורך farshlufen
האסט שוין מברר להלכה אויב מען מעג בכלל מאכן א סוכה אויף א פייער עסקעיפ? עיין אהלי יוסף לרבי יוסף אלי'פריעד ז"ל.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 28, 2010 9:42 pm
דורך אייער_קיכל
כבוד הרב פארשלאפן, אפשר זאגסטו אין קורצן וואס ער זאגט דארט? כ'האב נאך פון אזא ספר נישט געהערט אדער געזען אין א ביהמ"ד

(אדער לייג ביטע א לינק דערפון)

ייש"כ

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 28, 2010 10:07 pm
דורך farshlufen
ביינונז אין ביהמ"ד האסטו דען געזוכט?

viewtopic.php?f=31&t=11918

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 28, 2010 10:57 pm
דורך לאז געמאכט
די חלק הלכה באלאנגט אין די ביהמ"ד אפטיילונג, ביטע נישט אוועקפארן פונעם נושא.

(יא עס איניש קיין שום שאלה צו מאכן א סוכה אויף מיין גאלערי)