נאכן ווערן צוגערעדט זיך איינצושרייבן ביי עמביט האב איך באשלאסן זיך אריינצולייגן אביסל אינעם ענין און זעהן צו עס לוינט זיך טאקע. די סוף פסוק איז געווען אז נישט, עס זענען דא אסאך ביליגערע קאמפאניס מיט בעסערע באדונגען.
פאר קרית יואל, מאנסי/סקווער וואס זענען אונטער O&R קומט אויס דאס בעסטע זיך איינצושרייבן ביי א קאמפאני וואס הייסט Gateway, ווי איך וועל מסביר זיין די מעלות דערפון, און איז איינע פון די גרעסטע אינדיפענדענט ענערגי קאמפאניס, אנדערע מקומות האב איך נישט געטשעקט, זייער מעגליך אז gateway איז אויך דארט די ביליגסטע.
איך וועל דאס מסביר זיין בדרך שאלה ותשובה:
וואס מיינט דאס אז מען שרייבט זיך איין ביי א צווייטע קאמפאני?O&R איז א קאמפאני וואס קויפט געז און לעקטער ביי אנדערע קאמפאניס און דעליווערט עס צו אייך דורך זייער פייפס און ווייערס. די קאסטומער האט אבער די רעכט צו פארלאנגן פון וועלכע קאמפאני O&R זאל דאס פאר איהם קויפן. O&R
אליין רעקאמאנדירט אז מען זאל אויסוועהלן א קאמפאני וואס איז ביליג און אזוי זיך שפארן געלט, אויף איר וועבסייט איז דא א ליסטע מיט
צענדליגע קאמפאניס אין וועלכע מען קען זיך איינשרייבן. מען וועט ווייטער באקומען די זעלבע ביללס און סערוויס פון O&R פונקט ווי ביז היינט אהן קיין שום שינוי, נאר אויפן בילל וועט ארויסשטיין ווער די סופלייער איז.
וויאזוי ווייסט מען וועלכע קאמפאני איז ביליג?ווען מען נוצט לעקטער ווערט מען געטשארשט לויט וויפיל KWH מען נוצט, ווידער גאז ווערט געטשארשט לויט וויפיל CCF מען נוצט. דארף מען זעהן וויפיל O&R רעכענט און וויפיל די אנדערע רעכענען. צו דעם קומט צו נאך א פרט, עס זענען דא צוויי סארטן וועגן וויאזוי די פרייזן ווערן גערעכנט, ווערייעבל און פיקסט. ווערייעבל באדייט אז מען ווערט גערעכנט לויט וויפיל געז און לעקטער קאסטן יענע חודש אויף די מארקעט, און פיקסט באדייט אז אויב טוט מען זיך אראפבינדען פאר א לענגערע צייט צו נעמען פון די קאמפאני, געווענטליך איין יאר, דאן באקומט מען א פיקסט פרייז מיט וועלכע מען איז גאראנטירט אז עס וועט נישט ארויפגיין אפילו אויב די מארקעט פרייז גייט שפעטער ארויף.
O&R האט נאר ווערייעבל פרייזן, אנדערע קאמפאניס האבן סיי פיקסט און סיי ווערייעבל, אבער מיט ווערייעבל קען מען נישט פאראויס זאגן וויפיל עס וועט זיין.
וואס לוינט זיך א פיקסט אדער ווערייעבל, און וואס זענען O&R פרייזן און וויפיל ביליגער איז עס ביי Gateway?
די לעקטער פרייזן פון O&R די פארגאגענע זענען געווען
ווי פאלגענדAUG 2011 .11972
JUL 2011 .11556
JUN 2011 .09397
MAY 2011 .09599
APR 2011 .04512
MAR 2011 .08602
FEB 2011 .11390
JAN 2011 .11907
DEC 2010 .06181
NOV 2010 .07345
OCT 2010 .10388
SEP 2010 .12437
ווי מען זעהט איז די לעקטער פרייזן די חודש Aug. איז ביי O&R, וואס האט נאר ווערייעבל, געווען 0.11972 א kwh, ווידער ביי Gateway איז עס געווען בלויז 0.07490 א kwh, א קלענערע דירה נוצט צווישן 800 ביז 1500 kwh א חודש, און גרעסערע דירה נוצט אסאך מער. אצינד אויב האט מען א פיקסט פלאן ביי Gateway, וועט דאס ביי 1000 kwh באדייטן א חילוק פון $45!!
עמביט האט נאר ווערייעבל פלענער און פארפליכטעט זיך צו זיין בלויז 1% ביליגער ווי O&R, ווידער ביי Gateway קען מען איצט האבן א פיקסט פרייז פאר די קומענדיגע 8 חדשים פאר בלויז 0.7290 פער kwh. און קוקענדיג אויף די פרייזן פון פאראיאר ביי O&R איז אוודאי אז עס לוינט זיך צו נעמען א פיקסט פלאן ביי Gateway און זיך שפארן צענדליגע דאלארן חודש'ליך.
וואס זענען די בענעפיטן פון Gateway?צום אלעמען ערשטן זענען זיי ביליג, אויב נישט די ביליגסטע.
צווייטנס, אויב שרייבט מען זיך איין ביי זיי באקומט מען א גיפט קארד מיט $75 וואס קען גענוצט ווערן פונקט אזוי ווי א דעביט קארד. ($35 פאר לעקטער און $40 פאר געז).
דריטנס, קען מען באקומען $50 פאר יעדע חבר וואס איר ברענגט אריין ($25 פאר לעקטער און $25 פאר געז). מען דארף נישט ווערן קיין אגענט און זיי האבן נישט בכלל אזא זאך ווי אגענטן, יעדער קאסטומער וואס האט זייער סערוויס און ברענגט אריין א צווייטן באקומט $50.
לוינט זיך איינשרייבן פאר געז אויך?לויט די פרייזן פון O&R דאס פארגאנגענע יאר לוינט זיך נישט איינשרייבן פאר די פיקסט פרייזן סיי פון Gateway און סיי פון אנדערע קאמפאניס. עס וועט בלויז אויסקומען טייערער. עס לוינט זיך אבער יא איינשרייבן ביי Gateway פאר א ווערייעבל פלאן סיי וויבאלד אירע פרייזן זענען געווענטליך ביליגער ווי O&R און סיי אז מען באקומט א $40 גיפט קארד. אויב מען שרייבט זיך איין אלס ווערייעבל קען מען אייביג קענסעלן אהן קיין טשארטש. (בדרך אגב, א עווערעזש הויז נוצט אין די ווינטער, ווען מען נוצט אסאך געז, אינגאנצן צווישן 50 ביז 80 ccf א חודש וממילא איז צוויי דריי סענט ביליגער א ccf נישט קיין גרויסע מציאה).
וויאזוי שרייבט מען זיך איין?ביי די קאמפאני איז נישט דא קיין אגענטן און דעריבער קען מען זיך איינשרייבן ביים קאמפעני דירעקט. אבער איר קענט מהנה זיין א איד מיטן זיך איינשרייבן דורך ווי מיר וועלן פארדינען די געלט דורך
אידישע וועלט האט געשריבן:
די ריפער-עי-פרענד פראגראם וואס די קאמפאני האט. שיקט אן אימעיל אדער טעקסט צו דעם אימעיל אדרעס מיט אייער נאמען און טעלעפאן נומער און די קאמפאני וועט זיך פארבינדן מיט אייך צו נעמען די איבעריגע אינפארמאציע, ווי אויך קען מען זיך פארבינדן צו דעם אימעיל פאר פראגן און הילף.