בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:02 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
ביי א קרעדיט קארד האט מיר א בענקער געזאגט אז באצאלען אפאר מאל ציביסלעך אין א חודש העלפט בויען די קרעדיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:25 pm
דורך שמערי בערי
סאדע_באטל האט געשריבן:היינט צוטאגס קענסטו האבן די בעסטע קרעדיט און מיט 10 אלפים א יאר גייסטו נישט באקומען קיין קרעדיט קארד
לאו דוקא. כ'דערצייל דיר א פאקט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:26 pm
דורך אייער_קיכל
שנה ראשונה האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:יואל ווייס האט געשריבן:זאג זיי ברחל בתך הקטנה, אהובי ידידי, איך וויל אנהויבן בויען מיין קרעדיט געט מיר א הלואה.
אזא הלואה איז געווענליך אויף 6 מאנאטן, דו וועסט דארפן איינלייגן דאס געלט אין א סעיווינגס אקאונט, אדער געלאקט אין דיין טשעקינג אקאונט, דענק איך נישט וויאזוי.
עכ"פ, יעדן חודש זע צו באצאלן צייטליך און דערנאך אפליי ביי זיי פאר א געהעריגן קרעדיט קארטל.
אויב דו האסט 'דירעקט דעפאזיט', איז דאס געווענליך א פלאס.
באצאלן פריער ווי דעם דאטום העלפט צו בויען דעם קרעדיט נאכמער?
ליכאורה טיט עס נאר פארקערט אזוי האט מיר געזאקט איינער וואס טיט שוין זייער לאנג און די ליין
לכאורה פארקערט?! אפשר זענט איר מסביר וויאזוי? אדער בעט יענער וואס איז שוין זייער לאנג אין די ליין זאל אייך ערקלערן די הסבר דערפון
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:ביי א קרעדיט קארד האט מיר א בענקער געזאגט אז באצאלען אפאר מאל ציביסלעך אין א חודש העלפט בויען די קרעדיט
סעים העיר, וואס פשט?
**
נאך א שאלה, איך האב געעפענט ביי טשעיס אפאר חדשים צוריק א "טשעיס sapphire" קרעדיט קארד און כ'בין עפראווד געווארן פאר א $5000 ליין אויף קרעדיט, יעצט האביך געעפענט א "טשעיס פרידאם" קארד און זיי געבן מיר נאר א $3000 קרעדיט ליין, מיינט דאס אז מיין קרעדיט סקאור האט געטראסעקט ערגעץ אינצווישן? אויב יא וואס האט בייגעשטייערט דערצו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:32 pm
דורך יואל ווייס
אייער_קיכל האט געשריבן:נאך א שאלה, איך האב געעפענט ביי טשעיס אפאר חדשים צוריק א "טשעיס sapphire" קרעדיט קארד און כ'בין עפראווד געווארן פאר א $5000 ליין אויף קרעדיט, יעצט האביך געעפענט א "טשעיס פרידאם" קארד און זיי געבן מיר נאר א $3000 קרעדיט ליין, מיינט דאס אז מיין קרעדיט סקאור האט געטראסעקט ערגעץ אינצווישן? אויב יא וואס האט בייגעשטייערט דערצו?
וואס פאלט דיר איין...?
עס איז געוואקסן, אזוי אז טשעיס איז גרייט דיר צו טראסטן מיט נאך 3 אלפים.
אגב, עס איז א גוטע וועג ארויפצורוקן די קרעדיט לימיט, דורך קאנסאלידעיטן ביידע קארטלעך און אריבעררוקן דעם קרעדיט ליין נאר צו איינס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:36 pm
דורך שנאפס
קען די קרעדיט קארטלעך שאטן פאר די פראגראמען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:39 pm
דורך יואל ווייס
שנאפס האט געשריבן:קען די קרעדיט קארטלעך שאטן פאר די פראגראמען?
אויב ספענדט מען נישט מער ווי
ערלויבט, שאדט דאס נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 12:30 am
דורך געלעגער
איך בין אויך פארווארפן געווארן ס'ערשטע מאל וואס איך האב געבעטן א קארטל. זיי האבן מיך קאטאגאריש אפגעזאגט משום מעשה שהיה. איך פלעג פלאצן פאר קנאה ווען איך האב געעפענט מיין מעיל באקס און ס'איז געווען ליידיג, און מיין שכן האט אייביג געהאט גרויסע געלע ענוועלאופס פון קעפיטאל וואן.
נאכן זיך אנשליסן אלס דזשוינט מיט א משפחה מיטגליד פאר אפאר חדשים האבן די אפפערס זיך גענימען רעגענען צו מיין צופרידענהייט. היינט ביך איך מיט טשעיס זעלבסשטענדיג
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 1:37 am
דורך leiby
צו מיין מזל האט איינער פון מיין משפחה ארויפגעלייגט מיין נאמען אלץ עדישענאל בימי בחרותי, צוליב זיין טובת הנאה,
פונקט ביי מיין חתונה האבן זיי געאפפערט זיך אפצוטיילן, אזוי האב איך מיר געשפארט אלע קאפוויי, און צוגאב נאך געהאט א פיינעם קרעדיט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 9:47 am
דורך שנאפס
עדישאנעל העלפט אויך בויען די קרעדיט? פון די פריערדיגע הודעות ווייזט אויס אז נאר א דזשוינט העלפט
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 11:13 am
דורך שנה ראשונה
שנאפס האט געשריבן:עדישאנעל העלפט אויך בויען די קרעדיט? פון די פריערדיגע הודעות ווייזט אויס אז נאר א דזשוינט העלפט
ספלעגט העלפען אבער היינט זענען זיי שוין זייער שטרענג
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 11:26 am
דורך למעלה משבעים
די ווייסט אז עדישאנעל פלעגט העלפן? לויט מיינע ידיעות האט עס קיינמאל נישט געהאלפן, נאר א דזשוינט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 1:30 pm
דורך my_music
למעלה משבעים האט געשריבן:די ווייסט אז עדישאנעל פלעגט העלפן? לויט מיינע ידיעות האט עס קיינמאל נישט געהאלפן, נאר א דזשוינט.
איך בין גלייך נאך די חתונה געווארן אן אדישאנעל אויף מיין שווערס קרעדיט קארד, און איך האב עס כמעט קיינמאל נישט גענוצט, א יאר צוויי שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן זיך צו אינטערערסירן ווי מיין קרעדיט האלט - איך האב געוואלט ליסן א קארל - ווער איך געוואר אז מיין קרעדיט האלט אין די הויכע 700, און דאס איז אן טוהן גארנישט, גראדע ווערט אויף דעם קק אקאונט געסווייפט גרויסע געלטער, אבער איך האב ניטאמאל עס גענוצט.
איך האב חתונה געהאט בערך 5 יאר צוריק.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 2:54 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
ווען איינער האט א נישט גיטע קרעדיט וועט אן אדישאנעל נישט העלפן אבער ווען איינער האט נישט קיין שים קרעדיט אין האט אפי' נישט קיין פייל ביי די קרעדיט עזשענסי ווייל ער האט נאכקיימאל עפלייט פאר קרעדיט דעמאלטס טיט אויף אן אדישאנעל אז ער ווערט מכאן ולהבא געמאניטערט דורכען קרעדיט עזשענסי אין אויב באקימט ער נישט קיין שלעכטע קרעדיטס אויפן אקאונט נאך א שטיק צייט
אטאמאטיש וואקסט עס. כך שמעתי ומסתבר אבער פארשטייטזעך אז נאר בא אדישענעל וואס נעמט אויך די SS נומערן
פאררעכטן און בויען קרעדיט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 7:09 pm
דורך babaganush
איינער האט עקספירענס מיט פאררעכטן און בויען "קרעדיט"?
ווי אזוי קען מען אראפנעמען inquiries?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 7:34 pm
דורך לאז געמאכט
מאך א זוך ס'דא אסאך אינפא דערוועגן דאהי מאך נאר א זוך.
אינקווערי"ס גייט אטאמאטיש אראפ גאנץ שנעל און ס'עפעקט נישט אזוי שטארק די קרעדיט.
אויב אראפנעמען איזעס נעגעטיווע אינפא אויב מ'האט חלילה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 8:06 pm
דורך derech eretz
אין
קול הציבור דמאנסי איז דא א עד יעדן טאג GET EXCELLENT CREDIT
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 1:01 am
דורך babaganush
קול הציבור דמאנסי לינק ארבעט נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 8:54 pm
דורך derech eretz
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:12 pm
דורך Hershela
איז מעגליך צו האבען א סיקיורד קרעדיט קארד אן יערליכע אדער חודשליכע אדער קיין שום אנדערע עקסטרע טשארדזש?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:10 pm
דורך Rabeiny
Hershela האט געשריבן:איז מעגליך צו האבען א סיקיורד קרעדיט קארד אן יערליכע אדער חודשליכע אדער קיין שום אנדערע עקסטרע טשארדזש?
יא, אבער איך ווייס נישט ווי
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:19 pm
דורך Hershela
איר פרעגט אדער איר ענטפערט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:34 pm
דורך Rabeiny
Hershela האט געשריבן:איר פרעגט אדער איר ענטפערט?
שוין פאראכטען
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:27 pm
דורך פארטראכט
מ׳רעדט אהין אהער, וואס הייסט בכלל א גוטע קעדיט סקאור?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:42 pm
דורך דער קוטשער
ווענדט זיך ווען איר פרעגט,
פאר 3 יאר צוריק האט געהייסן גוט העכער 590, 2 יאר צוריק העכער 760, און יעצט האלט עס העכער 640.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:54 am
דורך derech eretz
איז מעגליך איך זאל ווערן א דזשוינט אויף איינעמס קרעדיט קארד, און נאכדעם זאל יענער ארויסגיין און איך זאל בלייבן דער איינציגסטער בעה''ב??