בלאט 5 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 2:39 pm
דורך היימישער איד
גוגל האט געשריבן:אז מען קוקט צופיל אויף די אייגענע סקאר קוקט עס אויס פאני במילא די קאפעניעס וואס מאכען די נומבערס ריקען עס אביסל אראפ, איינמאל קען זיין שאט נישט אבער מער יא

מקור?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 2:54 pm
דורך היימישער איד
כ'האב בעזרת השם מלקט געווען פון פארשידענע טראסטבארע זייטלעך אז קוקן די אייגענע סקאר טוט נישט עפעקטן גארנישט. אדרבה עס איז כדאי צו קוקן ווי מער אלץ בעסער.

1.PNG
1.PNG (8.68 KiB) געזעהן געווארן 350 מאל


2.PNG
2.PNG (5.93 KiB) געזעהן געווארן 350 מאל


3.PNG

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 3:18 pm
דורך גוגל
עס איז אינטעסאנט פארוואס די קאמפעניס וואס מאכען עס, זאגן נישט וואס די תוצאות פון קיקען איז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 4:07 pm
דורך שמעק_טאביק
שאלה:
איך וויל אפלייען פאר א קרעדיט קארטל פאר מיין ווייב, זי באקומט כסדר אפפערס.

וואס פיל איך אריין ביי "יערליכע פארדינסט"?
איך וויל נישט שרייבן קיין ליגנט ח"ו (ווייל אין תפיסה איז נישט אייביג דא כשר'ס), אבער זי ארבעט דאך נישט!
קען איך שרייבן מיין פארדינסט ביי איר? אדער שרייבן אז זי איז א מאמע פון קינדער און דער מאן איז דער ברויט געבער?

וואס שרייבט איר אריין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 4:16 pm
דורך גוגל
אינקאם מיינט פאר די פאמיליע נישט די ווייב עקסטער אדער די מאן עקסטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 6:31 pm
דורך פייווישעל
עב"ה היינט אפלייט ביי קעפיטאל וואן אין געווארן אפראוועט פאר $1000

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 6:34 pm
דורך פייווישעל
קען איך שוין יעצט אפשפארן מיין סקיואר קארטל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 7:03 pm
דורך ווער בין איך?
פייווישעל האט געשריבן:קען איך שוין יעצט אפשפארן מיין סקיואר קארטל?


לוינט זיך נישט. ס'גוט צו האלטן דעם ערשטן קרעדיט קארטל אפן עד ימות המשיח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 9:11 pm
דורך מאנ-יימער
שמעק_טאביק האט געשריבן:שאלה:
איך וויל אפלייען פאר א קרעדיט קארטל פאר מיין ווייב, זי באקומט כסדר אפפערס.

וואס פיל איך אריין ביי "יערליכע פארדינסט"?
איך וויל נישט שרייבן קיין ליגנט ח"ו (ווייל אין תפיסה איז נישט אייביג דא כשר'ס), אבער זי ארבעט דאך נישט!
קען איך שרייבן מיין פארדינסט ביי איר? אדער שרייבן אז זי איז א מאמע פון קינדער און דער מאן איז דער ברויט געבער?

וואס שרייבט איר אריין?

כ'גוגל, די יערליכע אינקאם מיינט וויפיל ס'שטייט אויף די טעקס ריטוירן, נישט קיין חילוק דורך וועם די געלט איז געקומען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 9:25 pm
דורך פייווישעל
ווער בין איך? האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:קען איך שוין יעצט אפשפארן מיין סקיואר קארטל?


לוינט זיך נישט. ס'גוט צו האלטן דעם ערשטן קרעדיט קארטל אפן עד ימות המשיח.

סאוי הייסט פין די דריי מאות זאל איך זיך געזעגענען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 10:03 pm
דורך קאפעליטש
ווער בין איך? האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:קען איך שוין יעצט אפשפארן מיין סקיואר קארטל?


לוינט זיך נישט. ס'גוט צו האלטן דעם ערשטן קרעדיט קארטל אפן עד ימות המשיח.

פארוואס לוינט זיך צו האלטן די ערשטע קארטל? זיי קוקן עפעס ספעסיפיש נאך די ערשטע קארטל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 10:16 pm
דורך גוגל
ווי מער יאר א מענטש האט קרעדיט אלס בעסער, סאו אויב די צווייטע קארטעל איז 2 חדשים שפעטער פארמאך עס, אבער טאמער עס איז 2 יאר שפעטער דעמאלסט גייט ארויף די פסוק פון "די ערשטע קארטעל פארמאכט מען נישט"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 10:19 pm
דורך פייווישעל
גוט סאיז אפאר חדשים אינגאנצען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 20, 2012 10:21 pm
דורך גוגל
קענסט עס פארמאכען, עניוועיס עס מאכט נאר אויס נאך 10 יאר, ווייל ביז דעמאלטס בלייבט עס עניוועי אויפן ריפארט

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 11:02 am
דורך ווער בין איך?
פייווישעל האט געשריבן:
ווער בין איך? האט געשריבן:
פייווישעל האט געשריבן:קען איך שוין יעצט אפשפארן מיין סקיואר קארטל?


לוינט זיך נישט. ס'גוט צו האלטן דעם ערשטן קרעדיט קארטל אפן עד ימות המשיח.

סאוי הייסט פין די דריי מאות זאל איך זיך געזעגענען?


ניין. נוץ ווייטער דעם קארטל פלאס די נייע קארטל וואס די האסט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 1:11 pm
דורך שמעק_טאביק
מאנ-יימער האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:שאלה:
איך וויל אפלייען פאר א קרעדיט קארטל פאר מיין ווייב, זי באקומט כסדר אפפערס.

וואס פיל איך אריין ביי "יערליכע פארדינסט"?
איך וויל נישט שרייבן קיין ליגנט ח"ו (ווייל אין תפיסה איז נישט אייביג דא כשר'ס), אבער זי ארבעט דאך נישט!
קען איך שרייבן מיין פארדינסט ביי איר? אדער שרייבן אז זי איז א מאמע פון קינדער און דער מאן איז דער ברויט געבער?

וואס שרייבט איר אריין?

כ'גוגל, די יערליכע אינקאם מיינט וויפיל ס'שטייט אויף די טעקס ריטוירן, נישט קיין חילוק דורך וועם די געלט איז געקומען


איז וואס שרייבט מען אריין ביי "עמפלאיער/אקיופעישאן"?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 1:23 pm
דורך פייווישעל
באט סאיז א שאד אז סזאל ליגן דארט די געלט ווען די ציל פין עפענען די קארטל האט עס שוין אויף געטוהן

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 23, 2012 2:28 pm
דורך גוגל
עמפלאיער/אקיופעישאן = אנקעל סעם

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 8:25 am
דורך בלעקבערי פען
פארמאכען א קארטעל שאט פאר די קרעדיט ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 8:35 am
דורך גוגל
אביסל, אבער נאר שארט טערם

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 9:23 am
דורך שאינו יודע
שמעק_טאביק האט געשריבן:שאלה:
איך וויל אפלייען פאר א קרעדיט קארטל פאר מיין ווייב, זי באקומט כסדר אפפערס.

וואס פיל איך אריין ביי "יערליכע פארדינסט"?
איך וויל נישט שרייבן קיין ליגנט ח"ו (ווייל אין תפיסה איז נישט אייביג דא כשר'ס), אבער זי ארבעט דאך נישט!
קען איך שרייבן מיין פארדינסט ביי איר? אדער שרייבן אז זי איז א מאמע פון קינדער און דער מאן איז דער ברויט געבער?

וואס שרייבט איר אריין?


מיין בענק מענעדזשער האט מיר געזאגט
Just give me some numbers
וד"ל
למעשה האב איך נישט געמאכט ביי אים

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 10:10 am
דורך היימישער איד
בלעקבערי פען האט געשריבן:פארמאכען א קארטעל שאט פאר די קרעדיט ?


ס'געווענד, אויב איזעס די עלטסטע קארטל איז געווענטליך כדאי עס צו האלטן.

אפי' נישט אויב האט עס אסאך קרעדיט איז אויך כדאי עס צו האלטן. ווי געשריבן פריער איז וויכטיג צו האבן א גרויסע רעשיאו צווישן וויפיל קרעידט מ'האט און די דעביט.

(צומאל ערלויבן די פירמע'ס ארום צוריקן די קרעידט פון איין קארטל צו א אנדערע. און נאכדעם קען מען עס צומאכן. למשל כ'האב געהאט 5000 לימיט אויף א קארטל וואס כ'נוץ שוין לאאאאנג נישט. אפאר וואכן צוריק האביך עפלייט פאר א אנדערע קרעדיט קארטל האבן זיי מיר געגעבן 2000 פון יענע לימיט אויף די נייע (פרישע קרעידט האבן זיי נישט געוואלט מיט געבן :x) הכלל האביך זיי אנגעקאלט זיי זאלן אריבערלייגן ס'גאנצע 5000 אויף די נייע און די אלטע פארמאכן. דער רעפ האט מיר געזאגט אז די גאנצע קען ער נישט ווייל 500 מיז בלייבן אויף די אלטע. האט ער מיר טאקע ארויפגעלייגט נאך 2500 אויף די נייע. יעצט אז כ'מאך צו די אלטע אפעקט עס נישט מיין קרעדיט משא"כ אויב וואלטיך עס צוגעמאכט מיט די 3000 דערויף וואלט עס מיר געווען א גרויסע שאד)

- ביטע נאר שרייבט עדווייס וואס מ'האט א מקור, מענטשן נעמען זייער ערענסט א געשריבענע ווארט (אסאך מער פון וויפיל ס'פארדינט) ע"כ פאר איר שרייבט גיטס א קוק איבער אויב ס'האט דעקונג -

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 10:22 am
דורך גוגל
גערעכט וועגן די קרעדיט איך האב אבער געמיינט מען רעדט פון א נייע קארטעל וואס געווענדליך האט נישט ציפיל קרעדיט אויף עס, וואס די זאגסט אז מען האט נישט געוואלט טרענספעררען קרעדיט נאר מיט איבערלאזן 500, דאס איז געווענדליך טשעיס, אבער מען קען זיי בעטען זיי זאלן יענץ אויך געבן און נאר איבערלאזן 100, וכן אני נוהג כמה פעמים

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 9:37 pm
דורך בלעקבערי פען
די מעשה אז איך האב מיין ערשטע קארטעל פון קאפיטאל איינס פון 1500 לימיט

און יעצט ענדיגט זיך די יאר און זיי ווילען אנהייבען רעכענען א יערליכע פי. מילא אויב שאט עס נישט פאר די קרעדיט וואלט איך עס פארמאכט ווייל איך האב שוין היינט ב"ה געניג פון אנדערע קאמפאניס

וועלען מיר זיי מיזען אריין ריפען זעהן וואס מען קען טאן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 10:00 pm
דורך גוגל
וויפיל יאר איז ביז די צווייטע קארטעל?