בלאט 1 פון 1

קאר אוועקצוגעבן בחנם !!!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 7:10 pm
דורך טייפיסט
יא, די קעפל איז נישט קיין טעות.

איך האב א קאר, וואס איך בין וויליג אוועקצוגעבן. בחנם.

(אויב קיינער רופט זיך נישט אן, וועל איך עס געבן פאר איינע פון די אלע צדקות וואס נעמען אלטע קארס, און זענען מהנה אנדערע בעיקופין, אבער לכתחילה קען איך באשטיין אז א היימישער זאל הנאה האבן דערפון במישרין.)

דא האט איר אלע דעטאלן.

די רעדע איז דא פון א 1996 שעווי לומינע, מיט עטוואס מער ווי 150 טויזנט מייל.
די קאנדישאן פון די קאר איז פיין,
די עיר קאנדישאן\סטיעם ארבייט א מחי',
די טרענסמישאן מאכט נישט קיין פראבלעמען.
די טשעק ענדזשין לייט איז אנגעצונדן, אבער עס איז נאר נוגע פאר די עקזאוסט, אין אנדערע ווערטער, חוץ ביי די יערליכע אינספעקשאן איז עס נישט מעלה ומוריד. (די נעקסטע אינספעקשאן איז דעצעמבער).

די באדי איז אקעי, עס האט עטליכע גאר קליינע דענטס, אבער עס זעהט נישט אויס צו'מזיק'ט. העדלייטס - ברעיקלייטס וכו' וכו' ארבייטן.

אבער, עס האט איין פראבלעם, מען דארף טוישן די מעניפאלד געסקעט. דאס קאסט בערך 500 דאלער. אבער חוץ פון דעם פארט עס גוט.
(דער מעקעניק האט געמאכט איידערן זומער א פולע טשעקאפ, צו זעהן צו עס קען פארן אין קאנטרי, און דאן האט ער אנטדעקט די פראבלעם. ער טענה'ט אז נאכן פארעכטן קען מען רואיג פארן דערמיט אין קאנטרי, און ער זעהט נישט פארוואס עס זאל נישט קענען ציען נאך א שיינע תקופה)

די קאר איז סטאנציאנירט אין בארא פארק, עס האט נישט קיין פלעיטס יעצט.

אויב איז איינער ערענסט אינטערסירט, זאל ער ביטע שיקן א הודעה אין אישית.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 10:20 pm
דורך טייפיסט
מזל טוב !!!!
די קאר האט געטראפן א בעה"ב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 11:28 pm
דורך געלעגער
משלנו?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 3:10 pm
דורך טייפיסט
גילוי ?

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 28, 2010 10:22 pm
דורך געלעגער
דיין ענטפער דארף נישט צו זיין מער וואו צוויי צו פיר אותיות,
יא אדער ניין?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 10:03 am
דורך פארצייטישע
אזוי אריינצונארן איינעם?!!!

שוין די ערשטע טאג האב איך עס געדארפט נעמען צו די מעקעניק

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 11:18 am
דורך גימעל
פארצייטישע האט געשריבן:אזוי אריינצונארן איינעם?!!!

שוין די ערשטע טאג האב איך עס געדארפט נעמען צו די מעקעניק


פארוואס ביסטו מוציא שם רע??

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 29, 2010 1:30 pm
דורך טייפיסט
פארצייטישע האט געשריבן:אזוי אריינצונארן איינעם?!!!

שוין די ערשטע טאג האב איך עס געדארפט נעמען צו די מעקעניק

און נאכדעם ווילסטו וויסן וויאזוי דו זאלסט מיר גריסן ווען דו זעהסט מיר אויף די גאס ? הא? http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=12035

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 30, 2010 7:59 am
דורך פארצייטישע
חאחאחאחאחאחאחאחא טייפיסט

גימעל כ'האף אז דו האסט פארשטאנען אז כ'האב געמאכט א ווערטל וואס כ'האב געשריבן