בלאט 1 פון 1
גוטע פלאץ בודק זיין תפילין (אין ווימ"ס)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 10:18 pm
דורך לאז געמאכט
איך זוך א לאקעל פלאץ ווי כ'קען אריינטראגן מיינע תפילין און עס צוריק באקומען דעם זעלבן טאג באקוקט, כ'דארף נישט א גרויסע פירמע וואס טראגט און ברענגט און כ'ווייס נישט ווי עס קומט אן.
דאס פאריגע מאל איך האב געגעבן די תפילין ביניך געווארן נאכגעשלעפט נאך די פילע עדווערטייזמענט'ס וואס איז דעמאלט'ס געלאפן איבעראל, למעשה האביך מיך אפגעבריט. די סערוועס איניש געווען ווי כ'האעב עקספעקטעט, חוץ דעם האביך געהאט א זייטיגע עגמת נפש ווען די רצועות זענען געווען צוריק געלייגט פארקערט כ'האב מיך געדארפט אראפזעצן מיט א קיצור שלחן ערוך וואס האט אין די בעיק פיקטשער'ס און אליינס איבערמאכן די קשר, די ערשטע מאל כ'טו דעס.
עני וועי יעצט איז שוין ביידע פאר תפילין לאנג איבער די זמן וואס די חכמים האבן באפוילן עס בודק צו זיין, ספעציעל שטייט אין מטה אפרים מען זאל בודק זיין חודש אלול, כ'האלט מיך אבער צוריק פשוט ווייל כ'ווייס עס נישט ווי צו געבן.
אלזא אויב האט איר עקספיריענס מיט עמיצין דאהי (אלט ווימ"ס פארגעצויגן) ביטע מיר צו וויסן טאן.
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 10:45 pm
דורך קרעמער
נתתי כבר כמה פעמים להרה"ח ר' יוסף האלצער ני"ו
718.302.2220
נתתיו לידו בבוקר והחזירהו לי למחרתו לפני תפלת שחרית
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 7:06 am
דורך לאז געמאכט
שכח קרעמער. ער איז אויף קיעפ סטריט קייגן איבער די כולל?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 8:02 am
דורך מעכיל
ר' יהושע עקשטיין
190wilson st
718-388-3199
917-817-0185
ב''ה געהאט גוטע עקספירינס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 8:36 am
דורך bailout
וויפיל לויפן די פרייזן בודק צו זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 9:41 am
דורך ליינער
ר' משה לייב העכט
Penn St. 83
718-852-3819
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 9:57 am
דורך פונקטליך
דאכצעך עס קאסט אין די געגנט פון א מאה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:15 am
דורך ווינקל
אז דו געסט שוין... איז כדאי צו בעטן מען זאל עס עטליעסט איינמאל אין לעבן בודק זיין "אויך" א קאמפיוטער בדיקה. סקאסט נאך אפאר טאלער, נישט קיין גרויסע זאכן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:50 am
דורך גיט געזאגט
קאמפיוטער בדיקה דארף מען נאר מאכען איין מאל פאר א פאר תפילין
איר קענט גיין צו
שמעון זיידה
1718-388-5732
ער מאכט אויך קאמפיוטער בדיקה
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 12:51 pm
דורך קרעמער
לאז געמאכט האט געשריבן:שכח קרעמער. ער איז אויף קיעפ סטריט קייגן איבער די כולל?
דאס ערשטע מאל האב איך אים געכאפט דארטן, דאס צווייטע מאל אין מירטל (ער וואוינט היינט אין ניי-ווילי). רוף אים אן און פרעג אים!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 12:52 pm
דורך קרעמער
פונקטליך האט געשריבן:דאכצעך עס קאסט אין די געגנט פון א מאה
מיין זכרון זאגט היבש ביליגער
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:14 pm
דורך לאז געמאכט
שכח פאר אלע העלפ, איך האב למעשה געקאלט ר' יוסף האלצער ווייל זיין נומער האביך באקומען די ערשטע. ער פיקט עס אויף פון מיין שענקל אין שול און לייגט עס מיר צוריק אהין... סארא סערוועס דעס!
כ'האב נאכניש געטראכט וויזוי די געלט וועט אנקומען צו אים.. וועלמיר שוין עפעס אפשמועסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 3:15 pm
דורך ווינקל
האסט געבעטן א קאמפיוטער טשעק אויך?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:02 pm
דורך לאז געמאכט
ניין שוין טא לעיט, אפשר אין דריי אהאלב יאר ארום... אי"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:42 pm
דורך סאדע_באטל
האסט בארירט א אלטע חקירה וואס איך האב,
פעמיים בשמיטה, מיינט יעדע דריי א האלב יאר ? אפשר מיינט עס די ערשטע יאר פון די שמיטה און די זעקסטע ?
אויב יעדע דריי א האלב יאר, צו וואס זאגט מען פעמיים בשמיטה.
---
איך ווייס אז תפלין וואס מען גייט טעגליך איז מעיקר הדין נישט נכלל אין די פעמיים בשמיטה.....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 7:57 pm
דורך לאז געמאכט
האסט א מקור אויף דעם? ס'איז אמת אז די הלכה שטייט נאר ביי מזוזה אבער ס'אנגענומען אז הוא הדין ביי תפילין
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 9:33 pm
דורך אויפריכטיג
סאדע_באטל האט געשריבן:איך ווייס אז תפלין וואס מען גייט טעגליך איז מעיקר הדין נישט נכלל אין די פעמיים בשמיטה.....
נאר וואס דען?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 9:47 pm
דורך לאז געמאכט
די תפילין זענען שוין צוריק ב"ה.
שכח קרעמער! אזא סערוועס האביך עקספעקטעט און ווירקלעך באקומען ב"ה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 10:57 pm
דורך קרעמער
לאז געמאכט האט געשריבן:די תפילין זענען שוין צוריק ב"ה.
שכח קרעמער! אזא סערוועס האביך עקספעקטעט און ווירקלעך באקומען ב"ה.
איך האב הנאה אז איך האב געקענט בייהילפיג זיין פאר מער ווי איין איד.