קהת, אויב באצאלט מען נישט אינעם זעלבן טאג, קאסט עס געלט,
משא"כ א קרעדיט קארד, קאסט בכלל נישט אויב באצאלט מען אין צייט פון די דאטום אויפ'ן חודש'ליכן סטעיטמענט.
זיי מעגן רעכענען ביז 3 מאל די פי אינעם זעלבן טאג, אויב האסטו אויסגענוצט די אווערדרעפט פראטעקשן 3 מאל,
און מער פון 3 מאל אינעם זעלבן טאג מעגן זיי נישט רעכענען אפילו מ'האט עס גענוצט מער.
אויב איז עס נישט באצאלט אין 5 נאכאנאנדע ביזנעס קענען זיי רעכנען נאך א פי פון $15.
לאז געמאכט האט געשריבן:די גוטע נייעס איז אז די טשעק אווערדרעפט פראטעקשען איז נישט אפעקטירט פון די געזעץ און גייט ווייטער אן אפגעזען צו איר שיקט צוריק די בריוו אדער יא. די סערוועס איז מיר יא מערע מאל צונוץ געקומען און עס האט מיר קיינמאל גאניש געקאסט קיין פי'ס ב"ה.
פון ווי נעמסטע דעס? ס'שטייט קלאר אז טשעקינג ACH ווייער און אנדערע עלעקטאראנישע מיטלען איז אויך אין כלל.
-
ווי בשבילי האט שוין אנגעוויזן אז דאס א נייע פעדעראלע געזעץ, וואס איז אריין אין קראפט צוזאמען מיט נאך אנדערע קרעדיט געזעצן, קוקט אויף אייער קרעדיט קארד ביל, ווי זיי זענען געווארן אזוי פראנטליך און צייגן אן פונקטליך אויב די באצאלסט נישט יעצט, וועלן די שפעטערדיגע אינטרעסט אויסקומען אזוי און אזוי, די נאמבער'ס וויפיל עס וועט זיין, נאך אזויפיל חדשים און אזוי ווייטער.
דאס איז אלעס ווייל די פעדערל גאווערמענט האט פארפירט אז די מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס די קרעדיט קארד קאמפעניס רעכנען זיי, און האבן געצווינגען זיי זאלן בעסער מסביר זיין אלע טשארדזשעס.
דא זענען זיי אנגעקומען אזוי ווי אייביג מיט אזעלכע אויסדריקן אז די מענטשן זענען נאך מער צומישט, און מ'האט נישט קיין אנונג וואס מ'וויל פון זיי,
א מענטש וואס האט נישט קיין קאווריטש אין באנק, און נוצט דאך זיין קארטל, גלייב איך נישט וועט אינזין האבן און אנקומען צו באצאלן אין באנק די איינקויף טשארדזש וואס ער האט געצאלט פאר זיין קאווע אינעם זעלבן טאג,
ער האט דאך נישט באקומען קיין שום ווארענוג ביים אנקויפן פאר א דולר, אז דאס האט די באנק אים אויסגעלייגט, און ער זאל לויפן אריינלייגן דאס געלט אין באנק נאך אינעם זעלבן טאג, (חוץ אז מ'באנוצט זיך מיט די באנק אלערט'ס, ביי די בענק וואס האבן עס, וואס דעמאלט'ס דארף מען אויך פאלוען ווען די מעסידזש קומט און אריינלייגן נאך געלט אין אקאונט) אז נישט וועט ער האבן געצאלט פאר די קאווע א דולר מיט נאך $34, ער וואלט גערן אויסגעגאסן דעם גאנצן טרונק,
איז פארשטייט זיך זייער וויכטיג אונטערצושרייבן ניין, אדער בכלל נישט אונטערשרייבן, וואס דעמאלט'ס מעגן זיי נישט אויסלייגן קיין געלט פאר'ן קאסטומער, נאר ער ווערט געוואר אז ער האט נישט גענוג געלט אין באנק, ווייל די קארטל וועט זיין דינייעד.
איך האב פארשטייט זיך גלייך אונטערגעשריבן א גרויסן ניין.
-
בשבילי האט מיר אריינגעהאקט, און איז שוין מסביר וואס די גאווערמענט פאדערט.