בלאט 1 פון 1
א קאמפיוטער/ספרים שטוב טיש - וועלכע?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 2:31 pm
דורך אויפריכטיג
איך גיי זיך בעזהש"י אריינציען אין א נייע דירה בקרב הימים, און איך בין אצינד עוסק אין אויסשטאפירן די דירה.
איך זוך צו קויפן א קאמפיוטער טישל וואס זאל אויך דינען אלס ספרים שטוב טיש. איך האב נישט צופיל פלאץ זיך אויסצוברייטערן ווי איך וואלט ווען געוואלט... איך זוך בערך אין די סייז פון 48- 50 אינשטעס די לענג. 24 די טיעפקייט.
איך זוך עפעס א שיין שטיקל האלצערנע טישל וואס זאל דינען איר ציל און זיין שיין אויך. און פארשטייט זיך נישט צו טייער.
ווער עס האט עפעס עקספיריענס אין די נושא אדער ווייסט פון א גוטן אפפער זאל ביטע ארויסהעלפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:21 pm
דורך matovu
enough with the LUKSOS
Materilism is not something you want to have erliche dodros with
Genig shoin
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:25 pm
דורך אויפריכטיג
קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט?....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:42 pm
דורך ווינקל
ער וויל זאלסט נעמען א שיינע ספרים טיש, און די קאמפיוטער זאלסטו נאר ניצן אין אפיס....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:44 pm
דורך אויפריכטיג
מסכים, נו העלף מיר ארויס מיט סתם א טיש.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:45 pm
דורך אויפריכטיג
בכלל רעדט ער פון לוקסוס נישט פון קאמפיוטער!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:48 pm
דורך ווינקל
וואס ער זאגט האסטו געזען, האסט געפערעגט וואס ער וויל...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 3:54 pm
דורך ווינקל
ווילסט מיין טיש? איך האב עס געקויפט ביי סטעפלס אויף א סעיל פאר צווישן 350-400.
מיינס איז געקומען אן דעם קאמפיוטער דערויף....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:11 pm
דורך קרעמער
איך זוך שוין יארן אזא טישל, און ווייל די אויסוואל איז אזוי גרויס און איך בין אומבאשלאסן, זיץ איך דערווייל ביים אלטן פארמייקע דיינעט טיש וואס איז אריבערגעקומען פון די אלטע דירה.
---
ווינקל;
האסטו דאס געדארפט אליינס צוזאמשטעלן? איז דאס גרינג?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:12 pm
דורך אויפריכטיג
הלואי ווען איך האב פלאץ פאר איינס אזוי גרויס!!!
איך זוך קלענער פון דעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:22 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:47 pm
דורך אויפריכטיג
יישר כח. גאנץ גוטע זאכן דארט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 4:49 pm
דורך ווינקל
קרעמער האט געשריבן:האסטו דאס געדארפט אליינס צוזאמשטעלן? איז דאס גרינג?
איך האב דאס אליין צוזאמגעשטעלט. זייער לייכט.