בלאט 1 פון 1
ולאחיו - א כשר'ער טעלערפאן וואו קאן מען קריגן?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 4:23 pm
דורך farshlufen
ווייסט עמיצער ביי וועם מ'קאן באקומען א סעלפאן, פאמיליע פלאן פארגעצויגן, דאס הייסט אן קאן מעסעדזשענס, אינטערנעט, אדער בילדער מאכער.
די נאענטסטע וןאס איך טרעף צו דעם איז דערווייל מיין קארדלעס טעלפאן..
יישר כח פון פראנהויז, פון מיין ידיד וואס זוכט דאס נייטיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 6:26 am
דורך בןהרחמן
געזעהן ביי א ידיד א
ווערייזאן LG סעלפאון אן אינטערנעט און אן בילדער מאכער, אבער טעקסט יא. (נישט באקאנט מיט די פלענס) די געשעפט וואו ער האט עס געקויפט אין וומ"ס (ליע-העיווארד) האט איהם דאן געזאגט (איבער א יאר צוריק) אז דאס איז די איינציגסטע וואס ער האט אין סטאר וואס פארמאגט נישט קיין בילדער מאכער און בכלל נישט קיין אינטערנעט.
נאך וועג וויאזוי צו זוכן, ביי סעלפאון וועב זייטלעך סארטיר די סעפאונס לויט די עלטער פון אלט צו ניי (אזוי האב איך געטראפן ביי LG די מאדעל פאון וואס איך האב געזעהן דאס איז געווען די ערשטע\עלטסטע אויף זייער ליסטע), און קוק ביי די מער פריערדיגע סעלפאונס איז נאך דא אפשר וואס האבן נישט קיין אינטערנעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 8:54 am
דורך קרעמער
איך פארמאג א "ספרינט LG" טעלעפאן וואס האט נישט קיין קאמערע (די אינטערנעט איז פארשלאסן, און טעקסט מעסעדזשעס זענען לויט מיין פלאן באגרעניצט).
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 9:49 am
דורך שמעלקא טויב
ס'איז זיכער דא צו באקומען דא אין ניו יארק, כ'ווייס אז איז שיכון סקווירא איז געווען צו באקומען. אדרבה, זאל איינער מברר זיין.