בלאט 1 פון 1
אמונה שיעורים אין וויליאמבורג - Survey
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 02, 2010 3:01 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
היות קרבנו גרייט זיך בקרוב צו ברענגן א סעריע פון אמונה שיעורים אין וויליאמבורג בעטן מיר אז ווער ס'קען זאל ביטע נעמען פינף מינוט פון זיין טייערע צייט אויסצופילן די פאלגענדע פראגע בויגן כדי מיר זאלן צושטעלן די אמונה שיעורים אין וויליאמסבורג לויטן עולם'ס פארלאנג על צד היותר שוה
א יישר כוח פון פאראויס
http://www.surveygizmo.com/s3/287619/Ka ... nah-Surveywww.karveinu.com
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 02, 2010 10:15 pm
דורך שטארק זיך
ר' אייניקל, איך מוז אייך קאמפלימענטירן אויף די העכסט פראפעסיאנעלע סורוויי, עס איז הערליך מסודר אויסגעארבעט, עס דערקענט זיך שטארק אז עס האנדעלט זיך פון אן ערענסטע ארגעניזאציע.
איין הערה'לע,
דער סורוועי איז געשריבן אויף אידיש, אין די צייט וואס די אידן וועמען די שיעורים זענען געצילט, פארשטייען נישט די שפראך, לדעתי וואלט ענדערש פאסיג געווען ווען דער סורוועי איז אויף ענגליש אדער העברעאיש.
(כ'מיין אז דער ענטפער פאר רוב פראגן אויף אויף וועלעכע די שיעורים ווערן באזירט איז איינס אין די זעלבע.
למשל:
ש. פון ווייס מען דער באשעפער האט באשאפן די וועלט?
ת. ווייל אזוי האט מיר טאטע געזאגט בשם זיין טאטן אא"וו.
ש. פון וואו ווייס אז די תורה איז מן השמים?
ת. מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט בשם זיין טאטן אא"וו.
שטייסיך מיין?
טא, איז לדעתי גענוג איין שיעור, ניין?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 2:29 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
שכח שטארק זיך פאר די קאמפלימענט
פאר די וואס פארשטייען נישט קיין יודיש וועט בקרוב קומען אויף ענגליש
ס'קען טאקע גיין אין איין שיעור אבער די פראגע איז ווי שטארק מ'זאל זיך פארשפרייטן איבער די נושא בפרט אינערהאלב דעם שיעור
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 10:11 pm
דורך אויפריכטיג
ווייסט איינער וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט די שיעורים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 6:36 pm
דורך גימעל
ס'איז געווען עדווערטייזד א שיעור צו לערנען קירוב פאר פרויען דאכט זיך אין וויליאמסבורג, קען זיין אז ס'איז פון קרבינו.