בלאט 1 פון 1
מען ווערט אייביג הייזעריג אין קאנטרי?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 28, 2010 8:59 pm
דורך חיים של פרנסה
שאלה:
דא אין קאנטרי זענען מיר אן א שיעור הייזעריג.
אני בעניי, בין מורא'דיג שווער אפעקטעד מיין קול, מען קען נישט געהעריג זינגען און זאגן.
מיין אידענע, איז הייזעריג,
מיינע קינדער, הייזעריג, מיינע געסט, הייזעריג, סזעהט אויס ווי מיר האבן עפס א אנדערע פראבלעם ווי סתם.
אפשען 1:
ווייסט איינער צו זאגן אויב אין א באנגעלוי וואס די שימל איז דער איינוואוינער, וועלן די דאטשע געסט ליידן פון הייזעריגקייט?
אפשען 2:
האט דאס פשוט צו טון מיט שלאפן? איך מיין אז נישט "נאר" דאס איז די סבה. אפילו כוועל מודה זיין אז מיר שלאפן דא עטוואס ווייניגער, אבער נישט נאר דאס דארף זיין די סבה.
אפשען 3:
איז די לופט אין קאנטרי בכלל אנדערש, אפילו אן די שימל?
כקען זייער נוצן הילף אויב איינער איז באקאנט, כאטש זאל זיין צרת רבים חצי נחמה.
ולאחיו יאמר חזק!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 28, 2010 9:30 pm
דורך חיים של פרנסה
באמת אין ולאחיו יאמר חזק.
עס איז א אמת'ע פראבלעם וואס דארף א אמת'ע הילף.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 28, 2010 9:36 pm
דורך קרעמער
שימל איז א ריזיגע פאקטאר אין א שטימע וואס שטיקט זיך ווי זעמל ביי ובתורתך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 6:50 am
דורך מאשקע
אויף די שאלה צי מ'ווערט אייביג הייזעריג אין קאנטרי, איז די ענטפער: ניין, נאר זומער...
ס'קען זיין אז ס'האט מיט זיך איבערשרייען אויף די קינדער, אדער רופן די משפחה פון די אנדערע עק קאנטרי צו קומען עסן סאפער פאר א גוט יאר, אדער פון אריינשלינגען בטעות וואסער פון סווימינג פול, אדער פון די נארהאפטיגע קולעי וואסער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 7:13 am
דורך צייטליך
ר' חיים. יאך בין אויך אין קאנטרי. טאקע נאר די וויק-ענד'ס, אבער איך האב נאכנישט באמערקט דעם פראבלעם. נאר אויף די קינדער וויבאלד זיי שרייען זיך איבער אין די דעי קעמפ אדער ביים שפילן אין הויף.
אויב ביסטו פארנומען מיט אקטיוועטי'ס וכדו' דאן איז דאס די סיבה דערביי. ווען מ'שרייעט אסאך און זינגט אסאך ווערט מען הייזעריג. קיין חילוק וויפיל שימל עס ליגט אין באנגעלוי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 1:15 pm
דורך דארפסמאן
ר' חיים קודם כל שלום עליכם שוין לאנג נישט געזען און געהערט פון דיר,
און לויט ווי איך קען דיך מאכט עס סענטס אז די ביסט הייזעריג, נאר מיין שאלה איז פארוואס ביסטו נישט הייזעריג א גאנץ יאר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 1:16 pm
דורך מאשקע
זאג מיר נישט אז חיים של פרנסה איז יאסי גרין...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 1:19 pm
דורך דארפסמאן
נישט עד כדי כך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 1:20 pm
דורך צום זאך
ער זאגט דאך אז ער הייסט "חיים" גרין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 10:53 pm
דורך חיים של פרנסה
די סיבות האט יעדער גוט ארויס, שכויח, אבער כבין אנגעווייטאגט, האט איינער א וועג ארויס?
ווי א איד, א EZ וועג ארויס,
די לאנגע וועג איז: צו אונטערנעמען א "שווייגעניש", ווען כקען ווען צו יעדן שרייבן אזוי סאך ווי מען שרייבט אין אייוועלט, וואלט מען אפשר נישט געדארפט אזוי פיל רעדן בכלל, אבער למעשה אז מען הערט נאר אויס ווען מען "רעדט" מוז מען דאך האבן א עצה ווי אזוי צו רעדן,
נא ווער קען די טייטש פון ואתה תחזה?
טרינקען לויזע אייער ווייס איך שוין, עני טינג עלס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 11:20 pm
דורך מאשקע
אז דו שלאפסט נישט ביינאכט, איז נישט קיין וואונדער אז דו ביזט הייזעריג. מידקייט איז א שטארקע גורם אז די קול זאל שנעלער ווערן אפגעדינט איבער'ן טאג.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 30, 2010 3:26 pm
דורך שטארק זיך
חיים,
א שנעלע עצה ווייס איך נישט צו עס איז, אבער פארט אן עצה.
טרינק אסאך וואסער, נישט אויף איינמאל, יעדע שעה טרינק א צוויי פולע גלעזלעך.
שעפשע (wisper) נישט, עס שאדט פאר די שטימע צומאל מער ווי זיך איבערשרייען, שווייגן קען יא העלפן.
רעד אויף א העכערע אקטאוו, עס איז געזונטער פאר די שטימע און מען הערט דיך בעסער און קלארער אן שרייען.
בעת א שמועס זאל זיך ענדערש יענער זיך אנשטרענגן דיך צו הערן, ווי איידער דו זאלסט זיך אנשטרענגן געהערט צו ווערען.
הצלחה.