א מוסר השכל פון איי וועלט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 7:24 pm
דרייענדיג זיך דא איבער די קארידארן פון איי וועלט (פרעגט מיך נישט וואו אהין די קארידארן פירן... אזוי איז עס. ס'איז דא קארידארן אין אייוועלט און פערטיג). האב איך אויף געפאסט א אינטערעסאנטע נקודה.
לפי ידיעתי והשערתי, דרייען זיך דא אין איי וועלט א קליינע צאל שרייבער וואס שרייבן אויך אין קא.איי.על, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. די שרייבער, זענען נאטורליך פון ביידע זייטן פונעם פאליטישן פראנט. וואס האט מיך געמאכט טראכטן, איז א מורא'דיגע נקודה.
די זעלבע שרייבער וואס זענען דא פאניע בראט, פארברענגען אינאיינעם, האבן אינאיינעם הנאה פון די געשמאקע לופט דא, רייסן זיך דארט מיט ציין און נעגל... ממש ער וויל דעם אנדערן נישט איבעלאזן קיין גאנץ ביינדל.
אויף דעם אליין, החרשתי. זאלן זיך צוויי ווילד פרעמדע מענטשן וואס קענען נישט מיר נישט דיר נישט זיין טיילמאל ברודערס, שוואגערס, און אין זעלטענע פעלער אפשר אויך טאטע און זון, זיך אויסקריגן און אויס שעלטן - טיילמאל - איינער דעם אנדערנס משפחה פון אדם הראשון ביז משיח'ס טאג... און פערטיג. סוכ"ס איז עס בכוונה תחילה פארדעם באשאפן געווארן. נישט אומזינסט איז וויכי פילמאל מזהיר מען זאל חלילה נישט אהין גיין.
ווילאנג "ריעל לייף" וואלט געווען אזוי ווי איי וועלט, און געקריגט וואלט מען זיך נאר דארט, וואלט גוט געווען.
וואס האט מיר געברענגט צו שרייבן איז, אז זעענדיג ווי פלוצלינג קענען זיך צוויי געשוואוירענע שונאים שיין פארטראגן, בלויז ווייל זיי וויסן נישט יענעמס אידענטיטעט. כאטש איך גלייב אז כמעט יעדער שרייבער האלט א פארזיכטיגן אויג
אויף יעדנס תגובות, און ער שטעלט צוביסלעך צוזאם א פראפיל פון יעדן שרייבער, און כמדומה אז סוכ"ס ווייסט מען בערך וואוהין יעדערע באלאנגט. און מיט דעם אלעם האט מען נאכנישט געהערט אז איינער זאל זיך נישט פילן באקוועם ווייל עס דרייען זיך דא מענטשן נישט פון מיין פארטיי. פארוואס אין ביהמי"ד דארף עס יא פאסירן? פארוואס קען מען נישט אריינגיין אין די נענטסטע ביהמ"ד צום הויז, בלויז ווייל עס איז נישט מיין פארטיי?
(דיסקלעימער: די פראפיל וואס איך רעד איז שוין חוץ דער סודות'דיגער פראפייל פון יעדן שרייבער וואס אן זיין
איינגעשריבן דא קען מען עס בשום אופן נישט קוקן... גלייבט מיר אז עד היום כאפ איך נישט פארוואס די הנהלה געטרויט מער די איינגעשריבענע אין אייוועלט מיט אזא מיליטערישן סוד ווי צ.ב.ש. אז "עס עפעס" געפינט זיך ביים טעלער און באשעפטיגט זיך מיטן אויסליידיגן טעלערס און זיין האבי איז עסן... [אייגענטליך האב איך מורא אז כהאב נישט מער און נישט וויניגער עובר געווען אויף גילוי... ווייל די א.ד. קלאסיפיצירטע אינפארמאציע איז דאך פארשטעלט פאר די אום געווינטשענע... איך מיין אום איינגעשריבענע געסט דא, און מסתם איז דא א גוטע סיבה דערפאר, ווידעראום דא אויפן פארום דרייען זיך פון "יענע חברה" אויכעט, קען זיין אז עס גייט אריין אין גדר פון דברים שבכתב אי אתה רשאי לאומרן על פה...] איך מיין אזא סוד קען סוכ"ס ארויסליקן אפילו צווישן איינגעשריבענע אויך... שוין' לאמיך נישט לאנג מאריך זיין, באלד וועט שוין די הנהלה פארלאנגען א געהיימען "קאוד" צו קענען זען "עס עפעס"נ'ס געהיימניספולן פראפיל...)
און איך וועל גיין א טריט ווייטער. כמדומה האט עס קיינעם נישט געשאדט נישט בגשמיות און נישט ברוחניות דער אומפארטייאישע לופט דא. קיינער איז נישט שוואכער געווארן אין אידישקייט. אפילו די מלחמה קעגן ציונות איז נישט אפגעשוואכט געווארן.
נו אפשר איז שוין די צייט, צו מאכן א שטיקל טשעינדזש, סוכס האמיר דאך א פרעזידענט וואס "טשעינדזשט", ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך.
אולי איז שוין געקומען די צייט צו טוישן אביסל די יוצרות. "ריעל לייף" זאל אויסקוקן ווי אייוועלט, און אויב איינער פילט א שטארקע תאוה זיך צו קריגן ביז בלוט, גיט ער א לויף ארויף אהין און קריגט זיך דארט אויס עד שתצא נפשו און שלום על ישראל...
חלום חלמתי.
שוין איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, איך דארף נאך ענטפערן אפאר בייסיגע תגובות דארט...