בלאט 1 פון 1

וואו איז דער בית המדרש??

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 4:41 pm
דורך גימעל
איך זוך צו קאנטאקטען איינעם פון די ביהמ"ד וואס געפונט זיך אויף ראדני סטריט קארנער בראדוועי. (אזוי מיינעך)
נעבן צעהלימער ישיבה, איך מיין עס הייסט תפארת ישראל.

די רב פון שול האט עפעס באשטעלט ביי מיר און איבערגעלאזט א ארטיקעל וואס איך דארף אים אפגעבן און איך האב נישט קיין שום אינפארמעשאן חוץ אז ער איז די ראביי אין שול, און די אויבענדערמאנטע אינפאו.
 
אשר ע"כ ווער עס קען זאל מיר בייהילפיג זיין מיט מער אינפארמאציע, און האבן א זכות אין די מצוה פון השבת אבידה.
מיט פיל דאנק!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 4:43 pm
דורך חשבתי
ביהמ"ד אוהב שלום

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 4:45 pm
דורך גימעל
ישר כח! אבער נו, עפעס מער אינפארמאציע ווי איך קען צוריק געבן די אבידה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 4:51 pm
דורך yidel456
פרוביר אנצירופען אין שול 388-5589(718)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 23, 2010 10:52 am
דורך בן בוזי
רוף הרב יהושע פישמאן רב דקהל אוהב שלום

J Fishman 595 Kent Ave, Brooklyn, NY 11211
718-963-3612

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 07, 2011 6:28 pm
דורך גימעל
אנטשולדיגט טייערע חברים פארן נישט מעלדן די ענדע פון די מעשה.

עטליכע וואכן נאך די לעצטע תגובה פון בן בוזי האב איך געהאט די זכי' מקיים צו זיין מצות השבת אבידה ווען דער רב איז צוריק געקומען אפנעמען זיין אבידה. וואס אלע פון ענק האבן א חלק אין די מצוה.
דער רב האט געהערט פון א באקאנטן אז אויף אייוועלט איז דא שמועס וועגן אים איבער א חפץ וואס ער האט פארגעסן ערגעץ וואו, ער האט גלייך צוזאמגעשטעלט די פאזל און איז עס געקומען אפנעמען.

אויב איינער שטעלט צוזאם אין א ליסטע די אויפטוען פון דעם זייטל ביטע דאס צו לייגן. אשריכם!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 07, 2011 6:33 pm
דורך באמבאסטיש
האסט אים כאטש פארגעשלאגן צו עפענען א ניק ביי אונז אין קרעמל?