בלאט 1 פון 1

וויאזוי באקומט מען די פאסט פון שטאט צו קאנטרי

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 9:08 pm
דורך סאדע_באטל
איינע פון די פראבלעמען וואס קומען מיט מיטן זיין אין קאנטרי איז, די פאסט.
יעדע וואך איז מען פארנומען אויפצוזוכן א שליח, וואס איז וויליג צו גיין צום שווער נעמען דארט די שליסל צו די פאסט קעסטל, אריינלייגן די פאסט אין א זעקל, אין לאזן איינעם קומען נעמען די וויכטיגע פאסט און עס ארויסברענגן צו די בערג.
א וואך שפעטער געדענקט מען שוין נישט ביי וועמען די שליסל פון די פאסט קעסטל ליגט, בקיצור, זומער איז דא אסאך אידן וואס מען איז א גאנצע וואך ביזי מיט די פאסט.

האב איך היינט געהערט א עצה פון א קלוגע איד, הוא נוהג עצמו כך, וכך מצוה לידידיו ואוהביו ובאי ביתו להתנהג בלי השתנות זיז כל שהוא.
ער גיבט אנפאנג זומער פאר זיין שכן וואס בלייבט אין שטאט, די שליסל פון די פאסט קעסטל, מיט 8 גרויסע געלע ענוועלעאפס, אדרעסירט צו זיין זומער היים אדרעס, ארויפגעלייגט אפאר סטעמפס דערויף. און ער בעט די שכן זאל אויסליידיגן דעם פאסט קעסטל אריין אין געלן קאנווערט, און נעמען דעם געלן קאנווערט און עס אריינשליידערן אין סיי וועלכע בלויע פאסט קעסטל אים שמעקט.
א טאג שפעטער האט ער זיין פאסט ביי זיך אין זומער הייזקע, אן דארפן משוגע מאכן א האלבע שטאט....

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 9:18 pm
דורך ארטיסט
last year, somebody advertised that he is
briging out the mail to the mountains, i think for $50
the whole summer. once a week

פארעפענטליכט: שבת יוני 19, 2010 10:20 pm
דורך פינטעל
ארטיסט האט געשריבן:last year, somebody advertised that he is
briging out the mail to the mountains, i think for $50
the whole summer. once a week

עזרוא-ל לעבאוויטש
דאכטס זיך אז ער איז אין ביזנעס היי יאר אויך