בלאט 1 פון 1

דרייער: וועש ווערן ראסטיג

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 10:01 pm
דורך שוועמל
די לעצטערע פאר וואכן מערקט מען אין שטוב אז וועש נאכן אויסוואשן קריגן אזוינע אראנזש\ברוינליכע ליניעס.
נאכן אבזערווירן האט מען געמערקט אז די וואס מען טרוקענט דורך הענגען באקומען נישט די פלעקן נאר די וואס מען לייגט אין דרייער [טרוקענער].

איך האב אריינגעקוקט אין דרייער און געזען טאקע אז דער גרויסער אייזערנער ראנד וואס ציקלט ארום און ארום דורכאויס דעם צייקל איז ביי די עקן פאר-ראסטערט, דארט וואו עס קומט זיך צוזאם מיטן אקסיס פונעם דרויסנדיגן באקס, און דאס שאפט ווארשיינליך די ראסט פלעקן אויף די בגדים.

ווייסט איינער עפעס אן עצה קעגן אזא פראבלעם? אדער מוז איך טאקע קויפן א נייער טרוקענער?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 10:03 pm
דורך פינטעל
How old is the dryer?...If it`s not that old I would call the place where you bought it and find out why it is rusting and what they can do about it.....I have never seen one do this, but I have never seen all dryers tho....lol
If it`s really old it might be time to buy another one, you would save more money that way in the long run.....
If there is not a whole lot of rust you might try using steel wool like RED suggested and then rub lots of WD-40 over it

געגנבעט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 10:08 pm
דורך שוועמל
דרייער איז אלט ארום 9 יאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 3:44 pm
דורך farshlufen
שוועמל, אויב איז עס א סטעקעבל לייג נישט אריין קין פרוטה אחת דערין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 14, 2010 5:29 pm
דורך ווינקל
איך האב אמאל געהאט אזאנס מיט א וואש מאשין וואס איז גראדע געווען בלויז צוויי אבער דריי יאר אלט, א מומחה האט מיר מסביר געווען אז דאס קומט פונם מאטאר אויל און דער מאשין באלאנגט אין..... די מיסט! מיט א דרייער ווייס איך ניש, מעגליך די זעלביגע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 4:20 pm
דורך verveist
איך װאלט געזאגט פראביר קודם זיך צו פארבינדען מיט די קאמפאני אין הער װאס זײ האבען צו זאגען, אויך קענסט די ריפען אײנער פין די הײמעשער רעפעיר מענטשען אין הער װאס זײ האבען צו זאגען. װען עס איז שוין כולי כל הקיצין אין װי די זאגסט װײסט די קלאר פין װי עס קימט װאלט איך פראבירט א פעינט אפשר ספּרעי פעינט װאס קען פארטראגען היץ, הצלחה רבה! ׁ
נ.ב.
װינקעל לכאורה װאס די זאגסט װעגען װאש מאשין (איך האב גראדא אויך געהערט די זעלבע) איז נישט שײך דא בפרט אז שװעמל זאגט אז ער װײסט קלאר פין װי עס קימט

בײ דעי װעי שװעמעל אפשר דארפסט די א קיק טוהן צו עס איז נישט אפשר געבליבען פארהאנקערט דארט עטליכע אלטע שװעמלעך װאס מאכען אן דעם גאנטצען פראבלעם!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 5:02 pm
דורך שוועמל
דער אלטער שוועמל בין איך.
פארהאנקערט און ראסטיג, און מאכט אן פראבלעמען נעבעך.


(ענווה, הא?)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 5:36 pm
דורך מאנאגרעמס
ענוה ענוה הגיע זמן גאולתכם...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 5:38 pm
דורך די גרויסע עפל
אין א דרייער פון 9 יאר אלט, וואלט איך קיין איין פעני ארייגעלייגט.

ליידער רעד איך פון עקספיריונס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 16, 2010 11:59 pm
דורך שוועמל
farshlufen האט געשריבן:שוועמל, אויב איז עס א סטעקעבל לייג נישט אריין קין פרוטה אחת דערין.

ניין נישט קיין סטעקעבל.

אינדערצווישן הייבט עס אן מאכן נאך קונצן אז דער 'טיימער' פונקציאנירט נישט ווי עס באדארף און לעשט זיך נישט אויס לויט די באשטימטע צייט וויזוי מען שטעלט עס אן.
דעריבער האבן מיר באשלאסן אינדערהיים מען גייט קויפן א נייע בע"ה ווי איידער זיך ספראווען מיט די פראבלעמען וואס קומען אונטער.


זי וויל וויסן וועלכע איז גוט..?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 8:11 am
דורך עס עפעס
הער א געשיכטע:

מיין ברודער זז"ג האט אמאל געהאט א וואש מאשין וואס איז געווארן ראסטיג נאך עטליכע יאר און עס האט שווארץ געמאכט די וועש.

האט ער אנגערופן די פירמע מיט קולות און געזאגט אז עס האט אים שאדן געמאכט וועש וכדומה.

נאך א לענגערע דין ודברים, האט ער זיי געשיקט די ראסטיגע וועש און זיי האבן אים באצאלט א שיינעם טשעקל דערפאר. גענוג אויף צו קויפן א נייעם דרייער.