בלאט 1 פון 1
נייער פראגראם: סעלפאון פאר אומזיסט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 9:50 am
דורך בן בוזי
עס איז מיר היינט אנגעקומען אין אפיס א פעקל פון ליפלעטן איבער א נייע פראגראם וועלכע שטייגט איבער די ביז איצטיגע
סעיף לינק ווייערלעס פראגראם. די רעדע איז פון
עשורענס ווייערלעס וועלכע טראגט אהן 200 פרייע מינוטן פער חודש.
כדי צו קוואליפיצירן ברויך מען האבן איינע פון די אידישע פראגראמען ווי פ.ס., מעדיקעיד וכדו', אדער סעקשאן 8.
מען ברויך אנרופן צו ווערן געשיקט אן אפליקאציע.
ולאחיו יאמר חזק.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 9:51 am
דורך סתם_אזוי
ווי ברויך מען אנרופן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 9:55 am
דורך פונקטליך
סתם_אזוי האט געשריבן:ווי ברויך מען אנרופן?
1-888-898-4888
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:45 am
דורך ווינקל
איך האב עס שוין און עס איז נישט ניי, און ניץ עס געשמאק שוין א שטיק צייט. און מיין קוזין האט דאס שוין א לענגערע צייט פון א אנדערע קאמפאני (כ'דנעק נישט דעם נאמען אויף די מינוט).
סאיז א גאווערמענט פראגראם וואס שטעלט צו פאר די ארימע בירגער אביסל ווייערלעס סערוויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:55 am
דורך verveist
גם אני מצטרף עס איז נישט אזוי נײ.
אײדי דאתי להכי װאלט איך געװאלט פרעגען אויב אײנער האט עקספריענס מיט האבען אזא פאון אין און דער זעלבער צײט האבען לײפלײן? (אפציעל מײן איך אז עס איז אדער אדער)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 12:00 pm
דורך פינטעל
איך האב ביידע
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 12:42 pm
דורך קהת
פינטעל האט געשריבן:איך האב ביידע
מען קען האבען ביידע?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 3:58 pm
דורך קרש
מ'באקומט אויך טעקסט אומזיסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:33 pm
דורך פינטעל
קהת האט געשריבן:פינטעל האט געשריבן:איך האב ביידע
מען קען האבען ביידע?
יא מקען האבן ביידע
די נייע האט נישט קיין טעקסט, אבער מקען באקומען אויב צאלט מען צו געלט, אזוי אויך אינטערנעט
די אלטע באקומט מען טעקסט, דריי מעסיזשעס איז אנשטאט א מינוט רעדן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:39 pm
דורך פונקטליך
משה קאפויער האט געשריבן:ס'איז 1 פער פעמעלי, אדער קען מען האבן 2 פאר איש ואשתו???
קודם שלום עליכם שוין לאנג נישט געהערט פון אייך,
מקען נאר איינס פאר א אדרעס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:41 pm
דורך פונקטליך
פינטעל האט געשריבן:קהת האט געשריבן:פינטעל האט געשריבן:איך האב ביידע
מען קען האבען ביידע?
יא מקען האבן ביידע
עמטליך נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 6:12 am
דורך גרויזאמער
פינטעל האט געשריבן:קהת האט געשריבן:פינטעל האט געשריבן:איך האב ביידע
מען קען האבען ביידע?
יא מקען האבן ביידע
די נייע האט נישט קיין טעקסט, אבער מקען באקומען אויב צאלט מען צו געלט, אזוי אויך אינטערנעט
די אלטע באקומט מען טעקסט, דריי מעסיזשעס איז אנשטאט א מינוט רעדן
וויפיל געלט דארף מען צוצאלן פאר טעקסט מעסעדזשעס?
אויך: וועלכע קאמפאני סעלאפאון געבן זיי?
אפשר מאטאראלע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 7:17 am
דורך ווינקל
kyocera
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 7:30 am
דורך bailout
א מחלוקת מ'קען יא צו מ'קען נישט ביידע, ביטע ברענגט עטוואס באזיס אויף אייער מיינונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 7:38 am
דורך באנקיר
ניין מ'טאר נישט!
www.assurancewireless.com/FAQOnly one wireless
or landline Lifeline account is allowed per household
צו מ'קען?
פרעג די וואס האבן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 8:57 am
דורך באזעסענער
ח"ו, די רעגולאציעס זענען קלאר, דער פעטער גיט נאר איין לעבנסוויכטיגע קאמיוניקאציע מיטל (life Line) פאר א גאנצע משפחה.
דער כלל ביי אמעריקאנער רעגירונג איז געווענליך קודם טיילט מען אינגרויסן און דערנאך בעט מען חשבון, און וויי איז ביטער פארדעם וואס קען נישט ווייזן דעם חשבון.
לעצטן מאל ביי סעפט 11 האבן זיי אויך געטיילט לכל הפושט יד, און דערנאך האבן זיי אויסגעפארשט אבער צוליב פאליטיק האבן זיי דאן אפגעשטעלט די פארשונגען.