בלאט 1 פון 1

וואס מאכט מען היינט פאר נאכטמאל???

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 5:09 pm
דורך חלבנה
הערטס א מעשה: ווען איך בין געווען 18 יאר אלט האט מען מיר אנגעטראגן א אשה כשרה זי זאל מיר צושטעלן נאכטמאל און וואשן און צאמלייגן מיינע וועש. איך האב זיך איינגערעדט אז די פרוי וועט מיר זיין א געוואלדיגע עזר כנגדי און איך וועל נישט האבן דאס מינדעסטע דאגה וואס ס'וועט זיין מיט נאכטמאל יעדן טאג, דערווייל בין איך אינגאנצן אנטוישט... איך האלט שוין ארום 7 יאר נאך די חתונה נישט מער געדאכט, און יעדן איינציגסטן טאג פרעגט זי אודך: "וואס זאל איך מאכן היינט פאר נאכטמאל???" אלזא האב איך באשלאסן צו מאכן א סוף דערצו דורכדעם ווואס דער עולם וועט יעדן טאג אריינשרייבן דא אין דעם אשכול וואס ס'גלוסט זיך זיי פאר נאכטמאל, אזוי וועט במשך הזמן ווערן א ריזיגע מעניו, און דאס וועט מען ארויספרינטן פאר די בעל הבית'טע זי זאל זיך אויסוועלן יעדן טאג עפעס פון די ריזיגע מעניו.

נו הייבטס אן, לעטס גאו!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 7:05 pm
דורך למעלה משבעים
דאס ליגט מיר אין קאפ אויפן רגע:
מילעכיג'ס,
זופ, וועלכע די ווילסט.
פאטעטע מיט סאור קרים.
טשיז קעיק.
טשיז בלינצעס.
פאדינג (וועלכע מין מען וויל).
אייער שפייז געמישט מיט טשיז, אריין געשניטן דערין טאמאטעס, און מיינעיז.
פיצא.
פארווע,
פאטעטע בלינצעס.
אייער שפייז.
וועטשטעביל סאלאט.
פאטעטע קיגל.
קארן.
קנישעס. (וועטשטעביל, פאטעטע)
פיש - געקאכטע, געבאקענע, געבראטענע. (פארשטייט זיך עס מוז נישט זיין געקאכט אליין לדוגמא געבאקן קען עס זיין צוזאמען מיט פאטעטע).
פליישיג,
פלייש - געקאכט אין טשאלענט, געקאכט אין א טשיקן זופ, געקאכט מיט ספייסעס, געקאכט מיט פאטעטע, געקאכט מיט רייז און וועטשטעביל, געבראטן, געבאקן מיט סאסעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 2:26 am
דורך verveist
סתם אנרײצען איז נישט אינטרעסאנט, העמער מאכען א געשעפט, מיר דא װעלען פארלײגען פארשידענע מאכלים מעדענים ־ װי נאר אונז בני מלכים קענען־ אין די װעסט אונז עס ברענגען קאמפלעט פארטיג, כדי מיר זאלען קענען אביסעל צו קײען, צו די שײנער ארטיקלען װאס מען לײנט דא אויף ״אײ װעלט״.
נ.ב.
ספעציעל בקרוב װען עס פארען ארויס א היבשער עולם אויף די בערג, אין אונז מענער דארפען א גיטע װעטשערע, קען זיך אזא סערװעס זײער צוניץ קומען! :wink: