בלאט 1 פון 1

גניבת עכום, העברת המכס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 11:55 am
דורך קהת
ווער בין איך? האט געשריבן:איינער זוכט א רייד פון מאנסי קיין בארא פארק 3:45? איך האב איין מענטש וואס קומט מיט מיר אבער איך זוך נאך איינעם פאר קארפאאל.

פליז קאנטעקט אויף:
Verbinich@gmail.com


די קענסט פראבירען די יודישע וועג פון נעמען קארפאל ווייניגער ווי 3 מענטשן אדער דורך גריסען נישט קלאר אז ער זאל מיינען אז די זאגסט קארפאל (אדער דורך זאגען קארטאפעל) און געב א פאר אוועק זייער שנעל שטייציך :wink: :wink: :lol: :lol: :lol:  

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 2:26 pm
דורך thefact
הרת קהת
איר מאכט זיכער א וויץ, גניבת עכו"ם איז אסור, און אז מ'כאפט איז עס א חילול השם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 3:38 pm
דורך ביקסאד
א אלטע אידישע שפריך ווארט - גראם.

גניבת עכו"ם מותר,
אז מען כאפט איז ביטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 8:12 pm
דורך למעלה משבעים
ניין הרב דע-פאקט עס איז בכלל נישט קיין וויץ, עס איז דא א דעה אז זיך ארויס דרייען פון א הלואה איז מותר און דא איז עס נאך גרינגער ווייל ער איז בכלל נישט מחויב מצד א הלואה אדער א קניה, נאר זיי האבן מחליט געווען אז ווער עס פארט דא דורך דארף צאלן געלט.
אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב ער גייט נישט געוואויר ווערן און עס גייט זיכער נישט זיין קיין חילול השם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 8:33 pm
דורך שמערי בערי
מען גריסט נישט. אויב האט מען טינטעד ווינדאוס אין די בעק פארט מען אדורך מיט איינעם אין די פראנט, מ'געט זיך א שטעל אפ און א ווינק מיט די האנט, ווי צו גריסן. זייער אסאך מאל טראכטן זיי אז די סיבה פארוואס דו פארסט דארט איז וועגן קאר פאאל.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 6:50 am
דורך פריילאך
למעלה משבעים האט געשריבן:ניין הרב דע-פאקט עס איז בכלל נישט קיין וויץ, עס איז דא א דעה אז זיך ארויס דרייען פון א הלואה איז מותר און דא איז עס נאך גרינגער ווייל ער איז בכלל נישט מחויב מצד א הלואה אדער א קניה, נאר זיי האבן מחליט געווען אז ווער עס פארט דא דורך דארף צאלן געלט.
אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב ער גייט נישט געוואויר ווערן און עס גייט זיכער נישט זיין קיין חילול השם.



קומט אויס מכס מעג מען אויך גנבענען, און באמת סתם פון א גויאישע געשעפט אויך, ווייל באמת איז דאך די וועלט באשאפן געווארן פאר יודען....


פליס גיוומי עי ברעיק.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 7:31 am
דורך למעלה משבעים
איר זאלט מיר מוחל זיין, פאר איר שרייט גייט צו צו אייער רב און פרעגט אים... (נישט אז איך מיין אז ער גייט אייך מתיר זיין, אבער ער גייט אייך זאגן וואס איך זאג, אז עס איז בכלל נישט אזוי אסור).
מכס, איך האב עס נישט געוואלט דערמאנען, אבער יא, עס איז היינו הך....
און פון א גויאישע געשעפט טאר מען נישט גנב'ענען ווייל עס געהער פאר אים.
איר קענט עס נישט גלייבן וואס איך זאג, איז לאמיר אייך פרעגן, האט איר שוין געהערט דעם מושג אז טעות עכו"ם איז מותר? אויב יא זאלט איר וויסען אז די הלכה גייט אין איינעם מיט נאך א הלכה אז מען מעג זיך ארויסדרייען פון צאלן א חוב, די הלכה פארשטייט איר יא? אויב יא, זאלט איר וויסן אז די זאכן פון וואס אונז רעדן איז נאך גרינגער ווי א הלואה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 1:55 pm
דורך ווינקל
ביקסאד האט געשריבן:א אלטע אידישע שפריך ווארט - גראם.

טעות עכו"ם מותר,
אז מען כאפט איז ביטער.


נדצ"ל און שלום על ישראל...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 1:57 pm
דורך ווינקל
אפי' אויף טעות עכו"ם איז ידוע די ווערטער פונם הייליגן באר הגולה (מסתמא שוין אנגעצייכענט דא אין קרעטשמע).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 2:26 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
ניין איך זעה נאכנישט די באר הגולה. כדאי טאקע צוצוצייכענען. כמיין סאיז אין סימן שמח אנפאנג סימן. מוראדיגע ווערטער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 2:39 pm
דורך פונקטליך
למעלה משבעים, הצדק אתך שמותר, אבל דוקא בהלואה שמתחלה הוא ברצון הבעלים


וז"ל השולחן ערוך הרב (ה' גניבה וגזילה סעיף ד')

אסור לעשוק את חבירו אפילו כל שהוא שנא׳ 'לא תעשוק את רעך', ואיזהו עושק זה הבא ממון חבירו לידו ברצון הבעלים כגון שיש לחבירו בידו הלואה או שכירת ואינו רוצה לשלם (או שמדחהו בלך ושוב לך ושוב), ולאו זה אינו אלא בישראל אבל לא בנכרי שנא' 'רעך', והוא שאין חילול השם בדבר כגון שלוה מנכרי ומת הנכרי רשאי לחכש לבנו שאינו יודע בבירור שהוא משקר, אבל כשהנכרי יודע שהוא משקר אסור לכחש לו שום דבר מפני חילול השם, ואף במקום שאין הנכרי יודע אינו רשאי אלא להפקיע הלואתו או שאר חובו שהוא חייב להנכרי אבל כשהחפץ של הנכרי הוא בעין אסור לכפור בו שהרי זו גזילה ממש, ולא עוד אלא אפי׳ קנה חפץ מנכרי אסור להטעותו בחשבון בנתינת מעות בעד החפץ כמו שנא׳ 'וחשב עם קונהו' שהרי אין הנכרי מקנה לו החפץ אלא בעד סכום הדמים שפסק לו והמטעהו בחשבון המעות ה״ז כגונב החפץ ולא כמפקיע חובו ואפי׳ גגיבת דעת שאין בה חסרון מעות אסורה כמו"מ כמ"ש בה' אונאה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 2:47 pm
דורך פונקטליך
הבאר הגולה הוא בחו"מ סימן שמ"ח ס"ק ד', וז"ל:
ואני כותב זאת לדורות שראיתי רבים גדלו והעשירו מן טעות שהטעו עכו"ם ולא הצליחו וירדו נכסיהם לטמיון ולא הניחו אחריהם ברכה וכמ"ש בספר חסידים סימן תתרע"ד, ורבים אשר קדשו ה' והחזירו טעיות העכו"ם גדלו והעשירו והצליחו והניחו יתרם לעולליהם עכ"ל

דברים נוראים!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 3:00 pm
דורך ווינקל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14400&st=&pgnum=449

יישר כחם פאר די העתקה.
דא האט איר עס אינעווייניג.