בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 1:37 pm
דורך lebediger berel
איך וויל אייך איין זאך זאגן, נאך מיין גאנצע ריסוירטש און רעדן מיט עקספערטן, איז אזוי:
1. לדורן: גיבן געלט פאר לאיערס
2. לתפלה: דארף איך אייך נישט זאגן וויאזוי
3. ולמלחמה: דער קאויד ווארט איז "שומער * שומער * שומער. איך וועל עס אי"ה מסביר זיין באריכות אין די קומענדיגע טעג, אבער אין זיינע הענט ליגט דער שליסל צו רובאשקינ'ס אורטייל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 2:25 pm
דורך lebediger berel
איך וועל אנפאנגען מיין הסבר מיטן באקאנטן משל, א איד האט אמאל געזאגט וויאזוי ס'קומט אויס אז די גאנצע שטאט האט מורא פאר א קליין מייזעלע.
ווייל די גאנצע שטאט ציטערט פארן קצב
און דער קצב ציטערט פארן רב (וואס קען טריפה מאכן די בהמה)
און דער רב ציטערט פון די רבי'צין
און די רביצין ציטערט פון א קליין מייזעלע.
די זעלבע זאך איז אין פאליטיק.
יעדער וואס איז אין די פעדעראל יוסטיץ דעפארטמענט, אריינגערעכנט דזשדזשעס פראסעקיוטערס וכו' ציטערן פונעם סענאט.
יעדער אין סענאט ציטערט פון שומער.
און שומער ציטערט (עכ"פ ער דארף ציטערן) פון אונז קליינע מענטשעלעך וואס ועילן אים אריין אדער ארויס.
יעצט איז אזוי, שומער קעמפט מיט ציין און נעגל צו ווערן דער דעמאקראטישער פירער פון סענאט.
איינע פון די הויפט שטארקייטן פון שומער איז זיין שטארקע געווינס אין ניו יארק.
שומער קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן אריינצוקומען שוואכער וואו ער איז אריין געקומען פאר זעקס יאר צוריק מיט 78 פראצענט פון די שטימען.
און הגם ס'זעט יעצט אויס אז שומער פארט אויף א זיכערן באן קען ער זיך נישט ערלויבן צו זען א ריזיגע בלאק וואויט גייט צו זיין קעגנער, פאליטיק קען מען נישט פאראויס זען, און שטילערהייט זאגן שוין געוויסע פאליטישע זאך קענער אז די רעפובליקאנע טיקעט אין ניו יארק קען מעגליך זיין א שטארקע סורפרייז צוליב מערערע סיבות וואס אין כאן מקומו להאריך.
צוריק צו רובאשקין, כ'בעט אייך גלייבט מיר, כ'האב עס נאכגעקוקט און איבער געשמועסט מיט מומחים, באשר הוא שם, נאך די דזשורי אורטייל אז רובאשקין איז אומשולדיג אין די סטעיט טרייעל, און נאך די אלע בריוו פון געוועזענע דזשאדזשעס וכו' וכו' איז אזוי:
א ווינק פון שומער מיינט פינף יאר אראפ פון רובאשקינס תפיסה
א ווארט פון שומער מיינט צען יאר אראפ פון רובאשקינס תפיסה
און א שריי פון שומער מיינט פופצען יאר אראפ פון רובאשקינס תפיסה.
מער הסבר וועט נאכפאלגן אבער די צייט ערלויבט נישט מער לעת עתה, מיר מוזן נאך מאכן א לחיים לכבוד דעם היינטיגן געווינס און שרייבן א באגריסונג בריוו פאר ר' שלום מרדכי.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 3:05 pm
דורך פונקטליך
מיר שלינגען מיט דארשט און מיר ווארטן אויף מער הסבר און הדרכה אין דעם ענין
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 6:15 am
דורך lebediger berel
צום ערשטן ווערן אלע מאנסיער איינוואוינער געבעטן זיך צו פארבינדן מיט סענאטאר שומערס אפיס, זיי קענען רואיג געבן נאמען אדרעס און טעלעפאן אימעיל אדרעס וכו', און אים שיינערהייט און פריינטליכערהייט בעטן אז אזוי ווי מיר גלייכן זייער דעם סענאטאר און מיר ווילן פארזיכערן זיין ווידערערוויילונג, ווילן מיר ער זאל קומען צו עטריום דעם דאנערשטיג נאכט וואו ס'וועט זיין די גרעסטע צוזאמקום פון אידישע איינוואוינער אין מאנסי זייט מאנסי שטייט.
קודם זאלן זיי באקומען דעם מעסעדזש,
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 08, 2010 6:17 am
דורך lebediger berel
אויף מיין טיש ליגט שוין אנגעזאמעלט אסאך ארבעט ס'זעט אויס כ'וועל נישט קענען צופיל זיין דא היינט אבער איך האב שוין פריער געלייגט א לינק צו שומערס אינפארמאציע אז נישט קענט איר אים גוגלען ער קומט שנעל אפיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 9:26 am
דורך lebediger berel
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 10, 2010 3:15 pm
דורך lebediger berel
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 12:58 pm
דורך שיך
העלף נישט צו דעם נייעם נארישן וועג ווי יעדער ניצט דעם ערשטן לשון וואס פאלט איין אין קאפ אויף יעדע זאך. עס איז נישט קיין חוב קדוש דאס צו דורכליינען; דער חוב קדוש איז צו העלפן און טון די מצוה פון פדיון שבויים. און איך האב ערנסטע חששות אז דו האסט דעם חוב קדוש נאך אויך נישט יוצא געווען.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 13, 2010 2:17 pm
דורך lebediger berel
שיך האט געשריבן:העלף נישט צו דעם נייעם נארישן וועג ווי יעדער ניצט דעם ערשטן לשון וואס פאלט איין אין קאפ אויף יעדע זאך. עס איז נישט קיין חוב קדוש דאס צו דורכליינען; דער חוב קדוש איז צו העלפן און טון די מצוה פון פדיון שבויים. און איך האב ערנסטע חששות אז דו האסט דעם חוב קדוש נאך אויך נישט יוצא געווען.
דו ביזט מיר באמת חושד ?
אוי, ווער ניט איבערגעערנסט!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 5:04 pm
דורך סאדע_באטל
גייט היינט זיין א לעבעדיגע הוק-אפ פון די מעמד אין בארא פארק ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 10:34 am
דורך lebediger berel
סאדע אהובי כ'האב נישט געקוקט נעכטן דא האב איך דיר נישט געקענט ענטפערן אבער דוכט זיך מיר אז דו ווייסט שוין אז ס'איז געווען.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 12, 2010 5:50 pm
דורך lebediger berel
If you want to send a letter to Sholom Mordechai Rubashkin.
but you want to make it fast via email
you can email to
sholomrubashkin@gmail.combut you must enclose your real name and full listed address. you can write in Yiddish and in English.
Volunteers will print your letter put in in envelope and address it/ but it must contain your name and address otherwise the prison will not allow delivery.
all letters are confidential