בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:50 pm
דורך דער קוטשער
איך מיין ער האט עס מסביר געווען אין איינע פון זיינע ערשטע שטיקלעך,

אזוי ווי די דריי זענען אויף די קאמיטע וואס איז באאויפטראגט אויף די געזעצן פון לאנד, קענען זיי פרובירן זעהן דערצו, אז די געזעץ זאל יעצט בעסער אויסגעארבעט ווערן, און ס'זאל זיין לטובתו.

למשל אז די געזעץ וואס ער זאגט דא וועגן די בהמות, זאל ווערן געטוישט, צוליב דעם וואס ס'איז שוין נישט שייך היינט די סיבה פארוואס עס איז געמאכט געווארן,
און אז די געזעץ ווערט אויס געזעץ, פאלט אוועק די קלאגע.
(כ'אב נישט קיין אנונג אויב ס'איז אזוי, איך מאך נאר א משל.)

שטימט?

ר' בערל חזקו ואמצו,
לייג ביי די נייעס וועגן אים, א לינק אהער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:53 pm
דורך יואל ווייס
איך וויל פארשטיין, וויאזוי האט א ניו יארקער סענעטאר און לאקאלע באאמטע א איינפלוס אין ראנג פון אן אייאווא ריכטער?

א גוטן שוועמל,
בערל האט זייער קלאר ארויסגעברענגט, אז די 3 דערמאנטע סענאט/קאנגרעס מיטגלידער זענען אין די דזשודישיערי קאמיטעען. די קאמיטעען האלטן אן איבערזוכט אויף די יוסטיץ דעפארטמענט, אריינגערעכנט די געריכטן ארום אמעריקע.

די קאמיטעען פארוואלטן - צווישן אנדערן - אויף דעם קראן וואס פליסט דאס געלט צו די דערמאנטע אפטיילונגען.

מען זעט כסדר אין די נייעס אז די פארשידענע קאנגרעס און סענאט קאמיטעען רופן אראפ רעגירונגס באאמטע אפצוגעבן א דין וחשבון אויף זייער ווערטשאפט.

און צו דיר בערל,

דער געדאנק קוקט אויס זייער גוט. מיט'ן כח הרבים מען זייער ווייט אנקומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 10:59 pm
דורך יואל ווייס
אופס...

קוטשער האסט מיך אויסגעכאפט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 11:03 am
דורך lebediger berel
א גוטן אווענט. כ'האב געדארפט עפעס ארבעטן פאר פרנסה אויך (הא, חיים של פרנסה) איך קום יעצט צוריק צום ענין.
כ'האב נאר געוואלט אויפמערקזאם מאכן פאר קוטשער, אז מ'רעדט נישט פון טוישן געזעצן, מ'רעדט פון עקזיסטירנדע געזעצן וואס דארפן ווערן אויסגעפירט אינגאנצן מיט "יושר" און די אויבנדערמאנטע זענען געשטעלט דערויף
עניוועי, שכח פאר די חיזוק סיי אין פאבליק, סיי אין הודעה פרטית, און סיי אויף דזשי מעיל.

איך וויל נאך אמאל באטאנען אז מען קען נישט פארלאנגען אלעס פון די זעלבע מענטשן וואס טוען שוין אלע אנדערע אקטיוויטעטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 12:15 pm
דורך lebediger berel
איך לייג דא ביי א שטיקל וויאזוי דער קאורט האט היינט אויסגעזען, כדי מען זאל וויסן ווי רשעות'דיג מען באגייט זיך מיט ר' שלום מרדכי.
מארק וויינהארט איז דער לויער, בקיצור MW
דזשאן טובעט איז דער הויפט אינוועסטיגעיטאר פאר די סטעיט.
ליינט און האט הנאה.
MW: Now look at No. 42 ... is this Thurma Ute.
? How old is she? under or over 18
JON TURBETT: I would estimate 17-18 years of age.
MW: It's a crime to employ her at Agripros if she is 17, not if she is 18 ...
MW: Ute pleaded to federal immigration crime, so she had to be 18 or over when photo taken.
MW: now lets talk about males.
MW: No 196 ... that;s Mario Perez. He was almost 18 when the picture was taken. Could you tell his age if you didn;t now him
JON TURBETT: I'd say under 18.
MW: (another photo)
JON TURBETT: This person looks under 18.
MW: he was actually over 18.
MW: (another photo, with mustache)
JON TURBETT:He would be close
MW: He was 17, hard to draw that line, isn't it. Now what if they were in frocks and hardhats.
JON TURBETT: haven't tried that
יעצט וועט איר זען די שארפע פראגע פון וויינהארט דירעקט אין פנים פונעם הויפט אינוועסטיגעיטאר.
MW: isn;'t that what's Sholom is being prosecuted for, his ability to tell people ages with frocks and hard hats on.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 12:28 pm
דורך lebediger berel
שוועמל האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, וויאזוי האט א ניו יארקער סענעטאר און לאקאלע באאמטע א איינפלוס אין ראנג פון אן אייאווא ריכטער?

כ'האב יעצט געטראכט אז ווארשיינליך פרעגסטו יא צו דער זאך.
ווי באקאנט האט שלום מרדכי צוויי פראצעסן קעגן זיך, 1. די גרויסע פעדעראלע קעיס וואס מ'האט לכתחלה געוואלט לעבנסלענגליכע תפיסה. 2. די קלענערע סטעיעט (אייאווע) קעיס וואו ס'דראעט אים לכל היותר ארום א יאר תפיסה און ווארשיינליך דאס אויך נישט.
יעצט אויף די אייאווע סטעיט קיעס האבן די ניו יארקער פאליטיקאנטן נישט וואס אריין צורעדן און פון דעם רעדסטו לכאורה.
אבער די פעדעראלע קעיס איז אלעס אונטער די קאנטראל פון וואשינגטאן. און די סענאטארן און קאנגרעסלייט זענען אונזערע שליחים אין וואשינגטאן.
ואידך פירושא הוא זיל גמור וואס מיר האבן געשריבן ביז איצט וויאזוי דאס ארבעט אין די קאמיטעען וכו'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 12:47 pm
דורך lebediger berel
יעצט וועל איך ברענגען נאך איין קליין שטיקל. הקדמה, מיללער איז דער קטיגור (פראסעקיוטער) קאבארענא איז א עדות, זי איז געקומען דערציילן וואו שיין אלעס איז אין אגרי.
CITED מיינט א טיקעט, אזוי ווי א סעניטעישאן טיקעט וכדו'. און מיללער האט געפינען פאר וויכטיג איר צו שטעלן פראגן איבער דריי מינדערוויכטיגע טיקעטס פאר אזא ריזיגן פלענט, אלעס אבי צו באאיינפלוסן די דזשורי אז ס'האט נישט געטויגט דארט.
די דריי טיקעטס זענען ווייל: 1. ס'האט אמאל געפעלט א עקזיט סיין. 2. מ'האט נישט גענוג גוט אויסגעלערנט אלע ארבייטער פונקטליך וויאזוי צו אנטלויפן אין פאל פון א פייער וכדו', . 3. ס'איז אמאל געווען א אמאניע ליעק.(הג"ה אויך אין מיין קאך, בערל לעבעדיגער. זאג זיי נישט אויס)

MILLER: Did you know in early 2008 Agripros was cited for failing to train in safe and orderly evacuation?
..and in early 2006 cited for emergency evacuation routes weren't posted in the plant
CARLOS CARBONERA: no I didn't know.
MILLER: aware they were cited for an ammonia leak?
CARLOS CARBONERA: no.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 1:48 pm
דורך lebediger berel
אוי וויי געוואלד, דער (סטעיט) געריכט איז פארטיג פאר היינט.
מארגן איז דער קאורט געשלאסן, מאנטאג איז חגא, דאס מיינט אז:
ר' שלום מרדכי גייט צוריק צו זיין איינזאם צעל [א פיציקל ד' על ד'] 23 שעה א טאג, ביז דינסטאג צופרי
ולד' הישועה, זייט מתפלל פאר שלום מרדכי הלוי בן רבקה
שיקט אריין געלט צום כלל ישראל פאנד
53
olympia lane
monsey ny
10952

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 11:02 pm
דורך רעיא מהימנא
ואוס איז טאקע בעהיינד דעיס אז ער דארף זיצען אין אזא קליינע צעל,? און פארמאכט אזויפיל שעות פיןל טאג? ווי עפעס א מיסע פארברעכער?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 6:41 am
דורך יוםטובערליך
אגב, רבותי,

עס איז זייער מעגליך אז נאך די קומענדיגע וואלן וועט ניו יארק סענאטאר טשארלס שומער ווערן מאיאריטעט פירער אין סענאט אנשטאט הערי ריעד. אין אנדערע ווערטער, ניו יארק וועט האבן דעם אייגענעם סענאטאר אלס איינער פון די דריי פירער פון די פעדעראלע רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, דער פרעזידענט, סענאט פירער און קאנגרעס ספיקער.

איר הערט גוט? יא. איך האף אזוי.


-

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:46 pm
דורך סאדע_באטל
איך גראדע קען באשטיין אז שומער זאל ווערן די מינאריטעט פירער.....
אבער אויב דאס וועט ברענגן די מינדעסטע פארלייכטערונג אין די מצב פון שלום מרדכי בן רבקה, זאל ער ווערן פירער פון א מאיאריטעט וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע....

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:33 am
דורך lebediger berel
רעיא מהימנא האט געשריבן:ואוס איז טאקע בעהיינד דעיס אז ער דארף זיצען אין אזא קליינע צעל,? און פארמאכט אזויפיל שעות פיןל טאג? ווי עפעס א מיסע פארברעכער?

עס איז אן אריכות פון א סיפור, ליידער ליידט ר' שלום מרדכי פונעם גאנצן בעכער אמעריקאנער אנטיסעמיטיזים (אדער אפשר אנטיחסידיזים) ס'איז זייער וויכטיג צו ליינען דעם גאנצן ארטיקל פון שמעון ראלניצקי אין די וואכעדיגע "שטערן", וואו ער גיבט פונקטליך צו פארשטיין דעם גאנצן פראצעדור.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 1:29 pm
דורך lebediger berel
ר' שלום מרדכי האט געבעטן מען זאל אים שיקן חיזוק בריוון צו אים אין תפיסה אויפן פאלגענדן אדרעס.
Linn County Correctional Center
Inmate: Sholom Rubashkin
POB 608
Ceder Rapids, IA
52406-0608
קרעדיט: ר' שמעון ראלניצקי קול מבשר רובאשקין אפטיילונג (קנעפל 2 דערנאך פאלגט נאך די אינסטרוקציעס) א טעלעפאנישער שמועס צווישן ר' שמעון און ר' שלום מרדכי

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 2:59 pm
דורך lebediger berel
שוין אפגעשריבן מיין בריוו, געסטעמפט, מ'גיימיר עס אי"ה שוין אריין ווארפן אין פאסט קעסטל.
פוילט אייך נישט טוט עס "שוין"

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 3:01 pm
דורך lebediger berel
אזוי ווי כ'האף אי"ה מארגן ממשיך זיין מיט מיין שרייבן איבערן פאליטישן פלאן וויאזוי מ'קען ראטעווען ר' שלו' מרדכי בעט איך זייער אז ווער ס'האט חיזוק, זאל עס דא לייגן. ווער ס'האט הערות קשיות עצות וכדו' סיי אויפן שרייבן און סיי אויף די אקציע זאל ביטע מיר שיקן הודעה פרטית אדער אימעיל
שכח.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 9:05 am
דורך lebediger berel
איך בעט אז ווער ס'האט שוין געשריבן זאל מודיע זיין פארן עולם מיט די ווערטער געשריבן, געשיקט (טאקע ערשט נאכן אריין ווארפן אין פאסט קעסטל) ס'זאל זיין קנאת סופרים תרבה חכמה
פאלגענד איז א נוסח וואס כ'האב נעכטן געשיקט איר קענט ארום ארבעטן דערמיט אפילו נאר קליינע שינויים וועט אים זיין אינטערעסאנט, ס'קען שוין מארגן זיין ביי ר' שלום מרדכי.
בס"ד
לכ' ידיד כל בית ישראל ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה שי' רובאשקין.
צום ערשט וויל איך אויסדרוקן מיינע מיטלייד געפילן מיט אייער מיטמאכענישן און שוועריקייטן וואס איר גייט אדורך.
עס איז קלאר אז איר זענט א שליח ציבור, פונקט וואו איר זענט געווען א שליח ציבור צו פארשפרייטן כשר פלייש פאר טויזענטער אידן איבער גאנץ אמעריקע. זענט איר יעצט אויך א שליח ציבור אריין צו ברענגען אחדות ישראל אויף א פארנעם וואס מ'האט נאך נישט געזען זייט די ערליכע אידן זענען געקומען קיין אמעריקע.
ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכי' אריין צו ברענגען די אחדות מתוך שמחה ונחת, נאר מיר מוזן צוקומען דערצו דורך נסיונות, "כי מנסה ה' אלקיכם אתכם לדעת הישכם אהבים את ה' אלקיכם בכל לבבכם ובכל נפשכם" (דברים יג ד) און אזוי ארום וועט כלל ישראל זיין באחדות וואס דאס וועט צוברענגען דעם גרויסן טאג וואס ס'וועט אי"ה מקויים ווערן דער פסוק וראו כל בשר יחדיו כי פי ד' דבר.
איך האב געשריבן דעם בריוו אין איילעניש נאכן הערן נעכטן ביינאכט פון ר' שמעון ראלניצקי אז איר וואלט אייך געפרייט צו ערהאלטן בריוון פונעם ציבור.
איך האף אז ס'וועט נישט אויספעלן מער קיין בריוון נאר השי"ת וועט נאך דעם חודש איבערדרייען אלעס לטובה, אזוי ווי ס'האט פאסירט בזמן מרדכי והמן אז אין חודש סיון האט מען איבערגעדרייט די בריוון און מ'האט געשיקט נייע בריוון "ויכתב ככל אשר צוה מרדכי" דאס מיינט דער צד הקדושה האט אויסגעפירט.
איך גלייב אז עס איז אייך נישט מעגליך צו ענטפערן אויף בריוו ובפרט נישט אויף בריוו פון אומבאקאנטע.
אבער אויב יא וועל איך זייער מחשיב זיין אפילו נאר איין ווארט פון אייך צום ביישפיל "ערהאלטן" אד"ג.
מיין מיינונג איז אז איר זענט אויף זייער א הויכע מדרגה אין הימל און נאר צוליב דעם הסתר פנים וואס קומט אראפ פאר ביאת המשיח דארפט איר ליידער דער וואס ליידט פאר כלל ישראל, אבער אויב איר קענט אונז אויך אינזין האבן אין אייערע תפלות להצלחה בכל ענינים ????? בן ????? וכל משפחתו.
איך בין מתפלל פאר אייך יעדן טאג, און כ'האב אייך כסדר אינזין. איך האלט מיט די נייעס פונקטליך וואס ס'גייט פאר מיט אייך כאילו איר וואלט מיר געווען א נאנטער באקאנטער אדער קרוב, הגם כ'האב אייך ווארשיינליך קיינמאל פאר דעם נישט געזען, אבער די חז"ל זאגן אז אלע אידן זענען ברידער. און מיר האבן ליידער נישט געהאט די זכי' דאס צו פילן מתוך שמחה.
איך פארענדיג מיט א וואונטש איר זאלט בקרוב במהרה זוכה זיין צום פסוק "שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה" מיר זאלן במהרה זוכה זיין צו די גאנצע ישועה אכיה"ר.
??????? מעיר וויליאמסבורג ברוקלין.
וויכטיג,
ר' שמעון זאגט אז מ'לאזט נאר אריין אין תפיסה א בריוו וואס האט א לעגיטימע רעטוירן אדרעס, אויך גיבט עס די מעגליכקייט פאר ר' שלום מרדכי צו ענטפערן אויב ח"ו ער וועט מוזן פארברענגען א שטיק צייט אין תפיסה היל"ת וועט ער לעגאל קענען ענטפערן די אלע מענטשן און אים געבן עפעס א פארבינדונג מיט מענטשן פון די פרייע וועלט, דאס איז ממש פדיון שבויים

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 9:15 am
דורך פונקטליך
לעבעדיגער, איך מיז דיר זאגן אז וויפיל איך האב ביז יעצט געזעהן דיינע טאלאנטן ווער איך יעצט איבערצייגט אין דעם אסאך מער!
דיין בריוו איז אזוי צום פינטל, קורץ, הערליך שיין אראפגעשריבן, ועל כולם איז עס מלא דברי חיזוק ואמונה און די מאכסט אים פיעלן אז מען דארף צוקומען צו אים וואס דאס אליינס איז א אומבאשרייבליכע חיזוק,
השי"ת יתן לך כח זאלסט קענען אנגיין מיט דיין הייליגע ארבייט דא און בעיקר אז עס זאל טאקע אויפטוהן און שלום מרדכי בן רבקה זאל אויסגעלייזט ווערן בקרוב מיט רחמים וחסדים פון אויבערשטען, אמן

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 10:00 am
דורך lebediger berel
שכח פאר די חיזוק (יא, איך קען עס אויך ניצן, ששש) עניוועי תאכלעס ראבאיסיי, לאמיר הערן ווער האט שוין געשיקט, און אויב קענט איר לייגן א סעמפל אנדערע זאלן קענען אביסל נאכשרייבן, (ווען ס'וועט זיין עטליכע בריוו, וועלן נישט שרייבער קענען מישן בריוו ס'זאל זיין גוט)
בד"וו, ר' שלום מרדכי וועט נישט ברוגז זיין אז די בריוו איז נישט פראפעשאנעל.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 10:07 am
דורך קרעמער
איך קען מיך נישט אויס מיט די תפיסה געזעצן, אבער דאכט זיך אז עס קאסט זיי אפ ממון ודמים צו באקומען א סטעמפ. אפשר דארף מען אים נישט מטריח זיין צוריקצושרייבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 10:37 am
דורך lebediger berel
קרעמער האט געשריבן:איך קען מיך נישט אויס מיט די תפיסה געזעצן, אבער דאכט זיך אז עס קאסט זיי אפ ממון ודמים צו באקומען א סטעמפ. אפשר דארף מען אים נישט מטריח זיין צוריקצושרייבן.


קודם כל בין איך כמעט זיכער אז דאס איז נישט ריכטיג, זיי צאלן די זעלבע פרייז פער סטעמפ ווי יעדער איינער, נאר וואס דען, געוויסע תפיסות האבן רעגולאציעס וויפיל בריוו אן ארעסטאנט קען ארויסשיקן, ס'איז נישט אייניג אין יעדע תפיסה.
נאר וואס דען, די זאך איז אזוי, אויב וועט מען האבן די זכי' צו חסדים גלויים און ר' שלום מרדכי וועט ארויסקומען בקרוב דאן איז די גאנצע "צוריק געשיקעכץ פון אים" נישט אינטערעסאנט.
אבער אויב פארברענגט איינער אין תפיסה א לענגערע צייט ה"י קען ער זיך אפגעבן מיט ענטפערן יעדן בריוו, און דאס איז אים א גאנצע שמחה, עס איז נישטא קיין רעגולאציע וואס זאל אים אפהאלטן מיט צונעמען די בריוו מיט זיך לעת הצורך, איר דארפט געדענקען אז ביכער וכדו' איז ער באגרעניצט וואס ער קען האבן,
אבער אזוי ווי בריוו באקומט ער דאך לעגאל דורך די פאסט אויף די תפיסה'ס פאסט באקס, פילן זיי זיך גענוג זיכער אז קיינער וועט זיך נישט וואגן דאס צו ניצן פאר אומלעגאלע אינטערעסן, אלזא איז "בריוו" וואס איז געשיקט דירעקט צו אים אין תפיסה אריין, א אוצר וואס אן ארעסטאנט קען האבן אן קיין שטערונגען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 11:09 am
דורך lebediger berel
כ'האב מיך נישט געפוילט און כ'האב געשיקט אן אימעיל צום שעריף וואס פירט אן די תפיסה, פאלגענד איז מיין אימעיל.
To whom it may concern:
As I am doing research re:inmates in your facility, I sent them letters, since I asked them to answer my questions via regular mail I'm concerned what regulations/restrictions or costs there is for inmates re: mail.
This includes the following question. Is it allowed to send a self-addressed self stamped return envelope together with my correspondence with an inmate ?
Your prompt answer will be greatly appreciated by me and all my colleagues .
sincerely

Chief of Correspondence

?arketing.info
p.s. the answars on yor FAQ page were very clear & helpfull

ווען כ'וועל באקומען אן ענטפער פון זיי (בטבע יאגן זיי זיך נישט) וועל איך בל"נ לאזן וויסן דעם עולם

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 12:12 pm
דורך lebediger berel
רבותי כ'האב באקומען א ענטפער.
You are not allowed to send a self-addressed stamped envelope in to an inmate at the Linn County Correctional Center. The inmates are allowed two free stamped envelopes per week and they may buy additional stamps and envelopes from the commissary.

Lieutenant Pete Wilson #182
Assistant Jail Administrator
Linn County Sheriff's Office
P.O. Box 608
Cedar Rapids, IA. 52406-0608
Phone: 319-892-6182
Fax: 319-892-5095
כ'וועל אי"ה שפעטער מסביר זיין וואס דאס מיינט, קרעמער איז אביסל גערעכט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 1:04 pm
דורך קרעמער
א דאנק בערל לעבן פארן זיך אריינלייגן אין די זאך ראשו ורובו, מען זעהט אז דו ארבעטסט מיט הארץ און געפיל און פרובירסט צו טוהן א דבר השלם. יהי ה' עמך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 1:27 pm
דורך lebediger berel
שקויעך קרעמער פאר די בראכע און די חיזעק, פארפאלן, כ'בין א באסער ועדאגים און כ'דארף חיזוק און מוט ווייטער אנצוגיין.

יעצט וועלעך מסביר זיין, צוויי ענוועלאויפס מיט סטעמפס באקומט ער פאר אומזינסט אין תפיסה, די איבריגע קען ער קויפן אין אזא "תפיסה קאנטין" וואס הייסט קאמישיענערי, יעדער ארעסטאנט אין לין קאונטי קארעקשאנעל פעסיליטי (יעדע תפיסה האט זיך זיין אייגענע גיידליינס) קען האבן ביז הונדערט דאללער אין זיין קאמישיענערי אקאונט, מען קען דארט קויפן קלייניקייטן פאר היפש טייער אבער מ'קען עס קויפן, דער ארעסטאנט קען נישט אליין אריין לייגן קיין געלט און ער קען נישט האלטן קיין געלט ביי זיך, אבער יעדער באזוכער אדער די משפחה קען אריין לייגן געלט אין אקאוינט ביז דער אקאוינט קומט אן צו הונדערט דאללער.

יעצט פארשטייט זיך אליין אז אויב ר' שלום מרדכי זאל אויסניצן זיינע הונדערט דאללער אויף סטעמפס און ענוועלאויפס וועט נישט זיין קיין פראבלעם אריין צולייגן נאך געלט אין די קאמישיענערי אקאונט (אויב ר' שלום מרדכי וועט עס וועלן ניצן פאר דעם) ער זאל קענען שרייבן וויפיל בריוו ער וויל.
בכלל איז נישט ערווארטעט אז ר' שלום מרדכי זאל בלייבן פאר לאנג אין די לין קאונטי תפיסה ווייל נאכן פעדעראל סענטענסינג דעיט וועט ער ווארשיינליך (אויב ער וועט ח"ו נישט ארויסגיין פריי) אריבערגיין צו א צייטווייליגע פעדעראלע תפיסה, און דערנאך דארט וואו ער וועט דארפן אויסדינען זיין טערמין (היל"ת) און יעדע פלאץ האט זיך זיינע אייגנארטיגע רעגולאציעס און באשרענקונגען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 2:08 pm
דורך קרעמער
איך מיין אבער צו זאגען אז דאס געלט קען ער פארנוצן פאר א כשר שטיקל קוכן אנשטאט א סטעמפ.