בלאט 1 פון 4

פריע מנינים מנחה וקבלת שבת אין וויליאמסבורג בארא פארק

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 2:37 pm
דורך געדולד
פאר קרית יואל איז שוין דא אבער וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג בארא פארק, וואו איז דא ערב שבת פריע מנינים פאר מנחה און קבלת שבת?

די פאקט: צוזאמענגענומען די ליסטע לפונדק אחד

וויליאמסבורג
1. אין די מיר'ער שטובל אויף 260 מארסי עוו. צווישן הופער און קיעפ איז דא יעדע וואך א מנין מנחה וקבלת שבת (אדער ביים זמן ליכט צינדן, אדער פריער גאר). (קרעמער)
2. אין רימנוב בבית הר"ר מענדל גאלדבערגער שליט"א (דומ"ץ) אויף 104 ספענסער אפט. 1B איז אויך דא א מנין א האלבע שעה פאר ליכט צינדן(קרעמער)
3. לעמבערג ביהמד (הבל)
4. ראזלא (הבל)
5. תולדות אברהם יצחק, ראטלעדזש (bailout)
6. ביהמ''ד שמע שלמה אויף מידלטאן צווישן יוניאן און בראדוועי (bailout)
7. ביהמ"ד איחוד מארסי 236 מארסי איז פאראיאר קאנטרי וואכן געווען א פריע מנין נישט זיכער צו ס'גייט אן (וויכטיג מאכער)
8. און פשעווארסק, אויף לינטש קארנער העריסאן, שטעלט מען זיך אביסעל נאכן זמן (לוסטיג)
9. אבער אין די קלעסאנער שוהל אויף פרענקלין (צווישן מירטל און ווילאבי) איז דא א גרויסע מנין ביים זמן, אונטן אין גרויסן בעיסמענט צימער (קרעמער)
10. און צעהלמער חדר נעבן לינטש פארק איז דא א מנין אביסל נאך 7 (אין דבר יום ביומו פאר שבועות איז געשטאנען 7:00 לעטצע וואך האט מען אנגעפאנגן 7:20 קען זיין עס האט צוטוהן מיט די זמן...) (לאטצי)
11. וויזניץ דאווענט ביים ערשטען פייף. (נחמן נתן)
12. קליוולאנד שוהל קליימער אין מארטאן לערך א האלבע שעה פארן זמן הדלקת הנירות (דער זמן תפלה רוקט זיך לויטן זמן פלג המנחה) (אייניקעל פון אהרן הכהן)
13. וויענער שוהל ליע-טעילאר אנגעהויבן פון שבת נאך שבועות דורך אויס דעם זומער שטייט א מודעה דאווענט מען יעדן פרייטאג צו נאכטס אויף אכט אזייגער פון נאך שבועות. (פריילאך)
14. אין זעלבן קלעסיפייד איז געשטאנען איבער א נייע פריע מנין אין ביהמ"ד דברי יחזקאל (סטראפקוב/טשאקעוו) אויף הופער ביי מארסי, די וואך דאווענט מען 7:30 שארף. (בלויז א שפאן אוועק פון מירער שטיבל, וואו עס דאווענען צענדליגער אידן ביז ארויס אין גאס יעדן ערב שבת ביים זמן, מעגליך דאס וועט לינדערן די ענגשאפט דארט). (קרעמער)
15. אין באבוב ביהמ"ד אויף 127 וואלעבאיד שטראסע (די ביהמ"ד איז אין איינע פון די שטיבלעך אינעם קראלי ביהמ"ד) (אורח)
16. אין מאליק'ס שול אויף וואלאבאוט ביי מארסי איז דא א מנין עדע וואך א האלבע שעה פארן זמן (קעכער)

בארא פארק
1. שומרי שבת
2. כפי השמיעה אין סאטמאר 10 איז דא א מנין 7:00
3. הרב גינזבערג מטאהש-חוסט, האט א גאר פריע מנין, בערך א שעה פאר זמן הדלקת הנרות בבית מדרשו אויף פט. העמילטאן ביי 52 און 53.
4. אויך האט ער א צווייטע מנין 15 מינוט נאכן זמן הדלקת הנרות.
5. אין סארוואש'ע ביהמ"ד אויף 53 און 15 איז דא א מנין א דריי פערטל שעה "פארן" זמן )

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 2:42 pm
דורך קרעמער
אין די מיר'ער שטובל אויף 260 מארסי עוו. צווישן הופער און קיעפ איז דא יעדע וואך א מנין מנחה וקבלת שבת (אדער ביים זמן ליכט צינדן, אדער פריער גאר).

אויף 104 ספענסער איז אויך דא א מנין (נישט געווען דארט, נאר געזען מעלדונגען דערוועגן).

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 4:31 pm
דורך הבל
לעמבערג ביהמד
ראזלא

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2009 11:49 am
דורך bailout
תולדות אברהם יצחק, ראטלעדזש
ביהמ''ד שמע שלמה אויף מידלטאן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2009 12:04 pm
דורך געדולד
וואס זענען די פוטקליכע זמנים?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 10:27 am
דורך שטרויזאק
קרעמער האט געשריבן:אויף 104 ספענסער איז אויך דא א מנין (נישט געווען דארט, נאר געזען מעלדונגען דערוועגן).


קרעמער: וואו האסטו געזען די מעלדונגען?

איינער ווייסט מער פרטים?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 11:47 am
דורך קרעמער
איך זעה כסדר אזעלכע קליינע צעטלעך אויפגעהאנגען אויף אלע אפארטמענט הייזער אין די געגענט.
די אדרעסע איז 104 ספענסער, 1B.
יעצט זעה איך אין אנשי שלומינו אז דארט וואוינט הר"ר מענדל גאלדבערגער שליט"א (דומ"ץ).
קענסט אפשר אנרופן איבערפרעגן פרטים: 718.522.2623

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 1:43 am
דורך שטרויזאק
קרעמער האט געשריבן:איך זעה כסדר אזעלכע קליינע צעטלעך אויפגעהאנגען אויף אלע אפארטמענט הייזער אין די געגענט.
די אדרעסע איז 104 ספענסער, 1B.
יעצט זעה איך אין אנשי שלומינו אז דארט וואוינט הר"ר מענדל גאלדבערגער שליט"א (דומ"ץ).
קענסט אפשר אנרופן איבערפרעגן פרטים: 718.522.2623


ייש"כ קרעמער.

איך האב דארט געדאווענט פרייטאג צונאכטס, עס איז זייער פיין געווען. מען האט זיך געשטעלט אפאר מינוט נאכן זמן און גענדיגט א שעה מיט 15 מינוט נאכן זמן. אזוי זענען די קליינווארג אויף געווען און מיטגעהאלטן די סעודה ב"ה.

איין זאך, עס איז געפאקט דארטן עד אפס מקום.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 2:46 am
דורך וויכטיג מאכער
פאראיאר, במשך די קאנטרי וואכן, פלעג איך באקומען יעדע וואך א טעקסט פון מיין חבר, צו איך וויל קומען דאווענען ביים זמן, אדער פארן זמן, אין ביהמ"ד איחוד התלמידים מארסי, (236 מארסי) איך ווייס נישט צו ס'גייט אנגיין היי יאר אויך, אבער פאר וועם ס'איז אינטערעסאנט, קען דאס נאכטשעקן...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 4:49 pm
דורך צום זאך
ווייסט אפשר איינער ווי מ'שטעלט זיך ביים זמן (אדער אביסל נאכדעם) מנחה וקבל"ש אין די דרום וויליאמסבורג געגענט (סאוט-סייד) ?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 5:00 pm
דורך לוסטיג
און פשעווארסק, אויף לינטש קארנער העריסאן, שטעלט מען זיך אביסעל נאכן זמן.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 5:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
לוסטיג.. פיין.. אבער ער האט געפרעגט אין די סאוט סייד.. (נעקסטיים שרייב אז דו באציסטעך נישט צום לעצטן תגובה וכד'..)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 6:06 pm
דורך צום זאך
וויכטיג, פיין, אבער צו דאווענען מיט לוסטיג אין איין שול, לוינט זיך צו קלעטערען אביסל...

לוסטיג, אז זעהסט איינעם שטיין ביים שאנק און דרייט זיך די פיאות... זעה עם מקרב צו זיין.. איי וויל עפרישיעט איט..
טשאבעס..

פארעפענטליכט: שבת יוני 20, 2009 9:57 pm
דורך לוסטיג
וויכטיג! כמיין אז ווער סווייסט אביסעל וויזוי די ווילאמסבורג'ער גאסן זענען אויסגעשטעלט, ווייסן אז איך האב מיר נישט באצויגן צו 'צום זאך' תגופה, און ווער סווייסט נישט וועט עניוועי נישט פארשטיין אפילו איך וואלט ווען ארויסגעשריבן.

צום זאך! סארי איך דאווען געווענדליך נישט דארט, נאר איך האב מיינס א קרוב וואס דאווענט דארט, אין צומאל זימער פאל איך אריין דארט, טאקע צילוב די סיבה.

סוי אויב ווען איך וועל דארט דאווענען וויל איך זעהן א איד שטיין ביים שאנק זיך דרייען די פיאות וועל איך אוואדע אים מקרב זיין.

פארעפענטליכט: שבת יוני 20, 2009 11:01 pm
דורך sholom88
שטרויזאק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך זעה כסדר אזעלכע קליינע צעטלעך אויפגעהאנגען אויף אלע אפארטמענט הייזער אין די געגענט.
די אדרעסע איז 104 ספענסער, 1B.
יעצט זעה איך אין אנשי שלומינו אז דארט וואוינט הר"ר מענדל גאלדבערגער שליט"א (דומ"ץ).
קענסט אפשר אנרופן איבערפרעגן פרטים: 718.522.2623


ייש"כ קרעמער.

איך האב דארט געדאווענט פרייטאג צונאכטס, עס איז זייער פיין געווען. מען האט זיך געשטעלט אפאר מינוט נאכן זמן און גענדיגט א שעה מיט 15 מינוט נאכן זמן. אזוי זענען די קליינווארג אויף געווען און מיטגעהאלטן די סעודה ב"ה.

איין זאך, עס איז געפאקט דארטן עד אפס מקום.


שוי געטוישט!

מ'דאווענט שוין בערך 20-25 מינוט פארן זמן (אפשר פריער).

זייט מ'האט צירוקגעריקט, שטעלט זיך נאך א מנין אויפן אלטער זמן (ווי לאנג ס'האלט אן...)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 12:16 am
דורך קרעמער
גערעכט. די וואך איז געשטאנען אויפן צעטל אז מען דאווענט מנחה א האלבע שעה פאר ליכט צינדן, 7:45

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 3:40 pm
דורך פליגל
משה קאפויער האט געשריבן:
אין בארא פארק איז דא אין שומרי שבת

ווי נאך???

ווי נישט? בעסער די פרעגסט נישט, באלד איז דא אן אשכול: ווי דאווענט מען אין ב.פ. 45 מינוט נאכן זמן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 4:54 pm
דורך קרעמער
דעם שבת האב איך געהערט אז אין רימנוב דאווענט מען שוין "7" אזייגער נאכמיטאג!

אבער אין די קלעסאנער שוהל אויף פרענקלין (צווישן מירטל און ווילאבי) איז דא א גרויסע מנין ביים זמן, אונטן אין גרויסן בעיסמענט צימער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 5:44 pm
דורך לאטצי
און צעהלמער חדר נעבן lynch park איז דא א מנין אביסל נאך 7..

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 11:51 am
דורך נחמן נתן
וויזניץ דאווענט ביים ערשטען פייף.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 12:00 pm
דורך דארפסמאן
און רימענוו אויף ספענסער בנשאות הר"ר מענל גאלדבערגער דאווענן מען ביז די גאס פרייטאג צינאכטס די גאס קוקט אויס ווי א שטיקל ביהמ"ד

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 12:51 pm
דורך JOELHEALTH
Is there any Carlebach minain in willi ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 1:25 pm
דורך leiby
Are you talking about shabbos? or anytime.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 8:31 pm
דורך thefact
צוזאם געשטעלט אלעס אנפאנג לפונדק אחד אין א ליסטע ביי די ערשטע תגובה פון געדולד

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 8:45 pm
דורך פלייוואד
אין סארוואש'ע ביהמ"ד אויף 53 און 15 איז דא א מנין א דריי פערטל שעה "פארן" זמן