בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 1:39 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
קליוולאנד שוהל קליימער אין מארטאן לערך א האלבע שעה פארן זמן הדלקת הנירות (דער זמן תפלה רוקט זיך לויטן זמן פלג המנחה)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 2:25 pm
דורך פריילאך
וויען ליע-טעילאר שטייט א מודעה אויף אכט אזייגער פון נאך שבועות.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 6:55 pm
דורך לאטצי
[quote="געדולד"]פאר קרית יואל איז שוין דא אבער וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג בארא פארק, וואו איז דא ערב שבת פריע מנינים פאר מנחה און קבלת שבת?
10. און צעהלמער חדר נעבן לינטש פארק איז דא א מנין אביסל נאך 7 (קרעמער)
הרב געדולד פארוואס לייגסטו קרעמער אנשטאט לאטצי? וואס זאגן חז"ל ... בשם אומרו...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 10:16 am
דורך קעכער
אין מאליק'ס שול אויף וואלאבאוט ביי מארסי איז דא א מנין 7:15

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 10:27 am
דורך סתם_אזוי
לאטצי האט געשריבן:און צעהלמער חדר נעבן lynch park איז דא א מנין אביסל נאך 7..

איינער ווייסט וויפיל די"ביסל נאך זיבן" איז?
איך דארף עס וויסן נאך אויף די וואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 10:28 am
דורך קרעמער
לאטצי האט געשריבן:
געדולד האט געשריבן:פאר קרית יואל איז שוין דא אבער וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג בארא פארק, וואו איז דא ערב שבת פריע מנינים פאר מנחה און קבלת שבת?
10. און צעהלמער חדר נעבן לינטש פארק איז דא א מנין אביסל נאך 7 (קרעמער)
הרב געדולד פארוואס לייגסטו קרעמער אנשטאט לאטצי? וואס זאגן חז"ל ... בשם אומרו...

דאס האט נישט געשריבן "געדולד", נאר "דער פאקט" האט עס בטעות אזוי געשריבן. איך פארריכט עס יעצט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 8:50 am
דורך קרעמער
אין זעלבן קלעסיפייד איז געשטאנען איבער א נייע פריע מנין אין ביהמ"ד דברי יחזקאל (סטראפקוב/טשאקעוו) אויף הופער ביי מארסי, די וואך דאווענט מען 7:30 שארף. (עס איז בלויז א שפאן אוועק פון די מירער שטובל, וואו עס דאווענען צענדליגער אידן ביז ארויס אין גאס יעדן ערב שבת ביים זמן, מעגליך אז דאס וועט העלפן לינדערן די ענגשאפט דארט).

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 11:13 am
דורך אורח
און באבוב ביהמ"ד אויף 127 וואלעבאיד שטראסע
(די ביהמ"ד איז אין איינע פון די שטיבלעך אינעם קראלי ביהמ"ד)

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:14 pm
דורך לאטצי
סתם_אזוי האט געשריבן:
לאטצי האט געשריבן:און צעהלמער חדר נעבן lynch park איז דא א מנין אביסל נאך 7..

איינער ווייסט וויפיל די"ביסל נאך זיבן" איז?
איך דארף עס וויסן נאך אויף די וואך.

אפיציעל איז געשטאנען אין דבר יום ביומו פאר שבועות 7:00. אבער לעטצע וואך האב איך געדאווענט דארט האט מען אנגעפאנגן בערך 7:20. קען זיין עס האט צוטוהן מיט די זמן איך האב אבער קיינעם נישט געפרעגט פארוואס..

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 1:27 pm
דורך קעכער
אין מאליק'ס שול אויף וואלאבאוט ביי מארסי איז דא א מנין 7:15


יעצט זאגט מיר איינער אז עס איז יעדע וואך א האלבע שעה פארן זמן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:35 am
דורך סתם_אזוי
לאטצי האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:
לאטצי האט געשריבן:און צעהלמער חדר נעבן lynch park איז דא א מנין אביסל נאך 7..

איינער ווייסט וויפיל די"ביסל נאך זיבן" איז?
איך דארף עס וויסן נאך אויף די וואך.

אפיציעל איז געשטאנען אין דבר יום ביומו פאר שבועות 7:00. אבער לעטצע וואך האב איך געדאווענט דארט האט מען אנגעפאנגן בערך 7:20. קען זיין עס האט צוטוהן מיט די זמן איך האב אבער קיינעם נישט געפרעגט פארוואס..

די וואך האט מען זיך געשטעלט 7:10
זיי ווארטן עס זאל ווערן מנין, און נאכדעם הייבן זיי גליייך אן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 9:00 pm
דורך לאטצי
זעהט זיך אויס אז לכבוד אייך האט מען זיך געקענט שטעלן 10 מינוט פריער.. יישר כח פארן קומען..

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 6:52 am
דורך באנקיר
וואו נאך דאווענט מען בערך ביים זמן, א שטייגער ווי די איצט שוין איבערגעפילטע מירער שטיבל, חוץ וויזניץ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 7:04 am
דורך סתם_אזוי
לאטצי האט געשריבן:זעהט זיך אויס אז לכבוד אייך האט מען זיך געקענט שטעלן 10 מינוט פריער.. יישר כח פארן קומען..

כהאב אפגעציילט.
11 שטריימלעך.
4 היטן.
7 קינדער.........

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 01, 2010 7:17 am
דורך פריילאך
און פון וועלכע קאטאגעריע איז די ציילער געווען?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 4:34 pm
דורך גלגלשלג
[quote="געדולד"]פאר קרית יואל איז שוין דא אבער וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג בארא פארק, וואו איז דא ערב שבת פריע מנינים פאר מנחה און קבלת שבת?

די פאקט: צוזאמענגענומען די ליסטע לפונדק אחד

וויליאמסבורג
1. אין די מיר'ער שטובל אויף 260 מארסי עוו. צווישן הופער און קיעפ איז דא יעדע וואך א מנין מנחה וקבלת שבת (אדער ביים זמן ליכט צינדן, אדער פריער גאר). (קרעמער)
2. אין רימנוב בבית הר"ר מענדל גאלדבערגער שליט"א (דומ"ץ) אויף 104 ספענסער אפט. 1B איז אויך דא א מנין א האלבע שעה פאר ליכט צינדן(קרעמער)
3. לעמבערג ביהמד (הבל)
4. ראזלא (הבל)
5. תולדות אברהם יצחק, ראטלעדזש (bailout)
6. ביהמ''ד שמע שלמה אויף מידלטאן צווישן יוניאן און בראדוועי (bailout)
7. ביהמ"ד איחוד מארסי 236 מארסי איז פאראיאר קאנטרי וואכן געווען א פריע מנין נישט זיכער צו ס'גייט אן (וויכטיג מאכער)
8. און פשעווארסק, אויף לינטש קארנער העריסאן, שטעלט מען זיך אביסעל נאכן זמן (לוסטיג)
9. אבער אין די קלעסאנער שוהל אויף פרענקלין (צווישן מירטל און ווילאבי) איז דא א גרויסע מנין ביים זמן, אונטן אין גרויסן בעיסמענט צימער (קרעמער)
10. און צעהלמער חדר נעבן לינטש פארק איז דא א מנין אביסל נאך 7 (אין דבר יום ביומו פאר שבועות איז געשטאנען 7:00 לעטצע וואך האט מען אנגעפאנגן 7:20 קען זיין עס האט צוטוהן מיט די זמן...) (לאטצי)
11. וויזניץ דאווענט ביים ערשטען פייף. (נחמן נתן)
12. קליוולאנד שוהל קליימער אין מארטאן לערך א האלבע שעה פארן זמן הדלקת הנירות (דער זמן תפלה רוקט זיך לויטן זמן פלג המנחה) (אייניקעל פון אהרן הכהן)
13. וויענער שוהל ליע-טעילאר אנגעהויבן פון שבת נאך שבועות דורך אויס דעם זומער שטייט א מודעה דאווענט מען יעדן פרייטאג צו נאכטס אויף אכט אזייגער פון נאך שבועות. (פריילאך)
14. אין זעלבן קלעסיפייד איז געשטאנען איבער א נייע פריע מנין אין ביהמ"ד דברי יחזקאל (סטראפקוב/טשאקעוו) אויף הופער ביי מארסי, די וואך דאווענט מען 7:30 שארף. (בלויז א שפאן אוועק פון מירער שטיבל, וואו עס דאווענען צענדליגער אידן ביז ארויס אין גאס יעדן ערב שבת ביים זמן, מעגליך דאס וועט לינדערן די ענגשאפט דארט). (קרעמער)
15. אין באבוב ביהמ"ד אויף 127 וואלעבאיד שטראסע (די ביהמ"ד איז אין איינע פון די שטיבלעך אינעם קראלי ביהמ"ד) (אורח)
16. אין מאליק'ס שול אויף וואלאבאוט ביי מארסי איז דא א מנין עדע וואך א האלבע שעה פארן זמן [i](קעכער)[/i

ווייסט איינער צו די אלע מנינים גייען נאך אן?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 5:17 pm
דורך קרעמער
פונקט האט זיך געמאכט א שמועס דערוועגן אין א אשכול "מנינים לשחרית מנחה מעריב" אין "היימישע פארברענגן" (עמודים 98-99)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 6:41 pm
דורך מומחה יוחס
א הארציגן יישר כח הרב קרעמער איך האב נישט געוויסט פין דעם אשכול

גראדע האט מיר היינט איינער געזאגט אז אין דער בעלזער שטיבל אין וויליאמבורג איז אויך דא א מנין 7:00 איך וואוין אויף יענע געגענד וועל איך זעהן די וואך אויב עס איז דא דארט טאקע

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 6:43 pm
דורך יהיה כן
קלעסאן ביהמ״ד (ר״א שעהר שליטא) אויף פרענקלין, ביים זמן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 7:48 pm
דורך גיוואלדיג
צום זאך האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי מ'שטעלט זיך ביים זמן (אדער אביסל נאכדעם) מנחה וקבל"ש אין די דרום וויליאמסבורג געגענט (סאוט-סייד) ?

אין ביהמ''ד פון די שוויידס סאוט 8 קאר. דריגס

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 8:20 pm
דורך משה קארנפעלד
גלגלשלג האט געשריבן:
געדולד האט געשריבן:1. אין די מיר'ער שטובל אויף 260 מארסי עוו. צווישן הופער און קיעפ איז דא יעדע וואך א מנין מנחה וקבלת שבת (אדער ביים זמן ליכט צינדן, אדער פריער גאר). (קרעמער)

15. אין באבוב ביהמ"ד אויף 127 וואלעבאיד שטראסע (די ביהמ"ד איז אין איינע פון די שטיבלעך אינעם קראלי ביהמ"ד) (אורח)

ווייסט איינער צו די אלע מנינים גייען נאך אן?


1. דאכט זיך מיר אז עס איז דארט פארהאן א מנין 7:00, כ'דארף נאכקוקן.

15. באבאב האט זיך לעצטענס אוועק געצויגן צו א צווייט פלאץ. איך ווייס נישט די אדרעסע, עס איז יעדע וואך אדווערטייזד אין די ער"ש צעטליך.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 8:35 pm
דורך שאלת_חכם
משה קארנפעלד האט געשריבן:
גלגלשלג האט געשריבן:
געדולד האט געשריבן:1. אין די מיר'ער שטובל אויף 260 מארסי עוו. צווישן הופער און קיעפ איז דא יעדע וואך א מנין מנחה וקבלת שבת (אדער ביים זמן ליכט צינדן, אדער פריער גאר). (קרעמער)

15. אין באבוב ביהמ"ד אויף 127 וואלעבאיד שטראסע (די ביהמ"ד איז אין איינע פון די שטיבלעך אינעם קראלי ביהמ"ד) (אורח)

ווייסט איינער צו די אלע מנינים גייען נאך אן?


1. דאכט זיך מיר אז עס איז דארט פארהאן א מנין 7:00, כ'דארף נאכקוקן.

15. באבאב האט זיך לעצטענס אוועק געצויגן צו א צווייט פלאץ. איך ווייס נישט די אדרעסע, עס איז יעדע וואך אדווערטייזד אין די ער"ש צעטליך.

העריסאן און פענן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 9:30 am
דורך מומחה יוחס
איך זיך א פרי מנין ערב שבת מנחה קבלת שבת צו קענען דאווענען פרי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 9:31 am
דורך קרעמער
מומחה יוחס האט געשריבן:איך זיך א פרי מנין ערב שבת מנחה קבלת שבת צו קענען דאווענען פרי

אין וועלכן געגנט?

זוך אין די מפתח פון ולאחיו יאמר חזק פארום

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 9:31 am
דורך צייטליך
איך האב די וואך געדאווענט מנחה ערב שבת אין לעמבערג'ער שוהל אויף ראטלידזש. דארט דאווענט מען מנחה זומער 7:00 שארף. 7:45 האלט מען געווענליך נאך עלינו פון מעריב.

אין אש"ל אברהם דאווענט מען 8:00 יעדע וואך.