בלאט 1 פון 2
פוד סטעמפס פראבלעם
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 6:49 am
דורך קהת
קען מיר איינער העלפן, איך האב באקומען א פאון קאל היינט אינדערפרי 9 אזייגער פון פוד סטעמפס אפיס, אז זיי האבען נישט און די סיסטעם די בירט סערטיפיקעט און די סושעל פון מיין בעבי, און אויך האבען זיי מיר אויסגעפרעגט נאך אפאר שאלות, ווען זי איז געבוירען צו איך ארבעט און אויב מיין ווייב ארבעט און אויב איינער העלפט מיר צאלען רענט, און סוף האט זי מיר געבעטען צו פאקסען די בירט סערטיפיקעט פון מיין בעבי און א בריעף אז איינער העלפט אונז צאלען רענט (אבער די סאשעל נישט).
(נ.ב. איך האב טאקע נאכנישט באקומען קיין פוד סטעמפס פאר איר ציליב אימפארשטענדליכע סיבות, אבער איך האב שוין זיכער ארייין געשיקט אמאל די אינפארמאציע)
וויל איך וויסען צו דאס איז געוועהן א פאוני קאלל און זיי ווילן מיר באגאנווענען אדער דאס איז טאקע געוועהן זיי, און נאך א שאלה, איז עס א פראבלעים צו שיקען די בירט סערטיפיקעט פאר איינעם, צו זיי קענען מיר באגאנווענען מיט דעיע אינפארמאציע?
די קאללער איידי איז געווהן פרייוועט און די פאקס נומער צו שיקען די זאכען איז
718-265-5628 אטט. מס. לעווין האט שוין איינער געהערט פון דעיע נומער?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 6:55 am
דורך bailout
זוך אויף אויף די בריוו וואס זיי שיקן דיר די פאקס נומבער עס דארף דארט צו זיין און קוק אויב ס'שטימט, אויב נישט רוף אריין צו דיין געגנט'ס אפיס מיט דיין קעיס נאמבער אין פרעג זיי אויב ס'פעלט עפעס אינפארמעישאן, אין אויב ס'איז דא איינער לעווין וואס ארבעט דארט.
קענסטו אפשר טרעפן די נומבער אנליין אויב די ווייסט וועלכע F די באלאנגסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 7:04 am
דורך באנקיר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 7:30 am
דורך טרעגער
ווי עס שיינ'ירט איז עס ווארשיינדליך מונדליך גערעדט א פאוני קאלל. און מער מונטליך גערעדט א גניבה קאלל.
זיי ווארענען שטענדיג, ביטע: קיין שום גאווערמענט אדער סטעיט אגענטור וועט נישט זאמל'ירן קיינע אינפארמאטיווע געצייג אויף קיינע טעלעפאונישע געשפרעכן.
רעאיי היזהארניכא
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 7:33 am
דורך קהת
א גרויסע ייש"כ פאר יעדעם באזינדער, עס קיקט אויס צו זיין אמת'דיג.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 7:38 am
דורך רעלמייר
בעילאוט איז גערעכט, קאל אריין צו "דיין" לאקאציע פון פוד סטעמפס און רעד זיך דורך מיט זיי. פרעג זיי צו דער קאל איז אמת.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 7:43 am
דורך thefact
די פאקס נומער באלאנגט צו די פ.ס. אגענטור
לויט די לינק
http://onlineresources.wnylc.net/nychra ... 5_1_08.pdfרעלמייר האט געשריבן:בעילאוט איז גערעכט, קאל אריין צו "דיין" לאקאציע פון פוד סטעמפס און רעד זיך דורך מיט זיי. פרעג זיי צו דער קאל איז אמת.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 07, 2010 4:08 pm
דורך קהת
איך האב יעצט געהערט אויף קול מבשר בולעטין אז געשולטע גנבים גנבענען פריוואטע אינפארמאציע פון פוד סטעמפס אדער מעדיקעיד דורכן טעלפון האב איך מורה אז איך בין געוועהן היינט זייער קרבן? אפשר האט איינער א גוטע נומבער פון פוד סטעמפס ווי זיי הייבען אויף די
טלפון?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 8:41 pm
דורך סאדע_באטל
קהת האט געשריבן:אפשר האט איינער א גוטע נומבער פון פוד סטעמפס ווי זיי הייבען אויף די טלפון?
עס איז דען דא אזא זאך במציאות ?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 9:20 pm
דורך לאז געמאכט
איך האב געהאט כמעט די זעלבע פראבלעם, מ'האמיר געקאלט איינמאל אין נאכאמאל ביז מ'האט אויפגעהויבן, למעשה האביך געפעקסט און אלעס איז געווארן מסודר ב"ה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 9:20 pm
דורך טרעגער
יא אז מען איז גרייט צו דרוקן דעם סענד באטטאן אויפן טעלעפאון מינימום הונדעט פופציג מאל אז אפילו א שטיין זאל צוגיין, ארבעט עס.
און די משוגעים הייבן אויף, אבער געווענליך טוט מען גארניש אויף מיט קיין טעלעפונישע געשפרעכן. זיי הייסן אראקומען כידוע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 10:23 am
דורך קהת
טרעגער האט געשריבן:ווי עס שיינ'ירט איז עס ווארשיינדליך מונדליך גערעדט א פאוני קאלל. און מער מונטליך גערעדט א גניבה קאלל.
זיי ווארענען שטענדיג, ביטע: קיין שום גאווערמענט אדער סטעיט אגענטור וועט נישט זאמל'ירן קיינע אינפארמאטיווע געצייג אויף קיינע טעלעפאונישע געשפרעכן.
רעאיי היזהארניכא
א מאדנע מעשה האט זיך אפגעשפילט ביי מיר די פרייטאג, איך האב באקומען א פאון קאלל פון פוד סטעמפס אז זיי האבען טאקע באקומען מיין בירט סערטיפיקעט (אזווי פריער אויסגעשמיסט) און אויך א לעטער. אבער זיי האבען נישט באקומען מיין "סושעל סעקיוריטי",איך זאל עס געבען פאר זיי יעצט אופן פאון. זאג איך זיי אז בשום איין אופן די באקומסט עס נישט אויפן פאון, שיק מיר א בריעף, און איך גיי עס אויספילען, זאגען זיי מיר אז זיי האבען א האלבע נומער און איך זאל נאר געבען אפאר נומערן וואס פעלט זיי זאג איך זיי אז מהערט לעצטנס צופיל מעשות אז מען גנבעט אינפארמעשין אופן פאון, בקוצר זי האט מיר פראבירט איבערצורעדן אז אויב די געבסט עס יעצט באקומסטו פוד סטעמפס אופן פלאץ, בקוצר א מעשה איך האב מיר געהאלטען ביי מיינס און עס נישט ארויס געגעבען. סוף איז זי געווארען אויפגערעגט און געזאגט אז די גייסט יעצט דארפען ווארטען אפאר חדשים ביז איך קום ציריק פון וויקאציע און טראך... זי האט אראפ געקראכט די טעלעפון אויף מיר נערוועזעהייט.
איך בין געוועהן זיכער אז איך האב זוכה געוועהן צו די שווינדעל וואס דרייט זיך ארים לעצטענס.
שבת טרעף איך די מענטש וואס העלפט מיר מאכען די פוד סטעמפס כאב איר דערציילט די גאנצע מעשה, זאגט זי מיר אז זייער גוט האסטו געטוהן און נישט ארויס געגעבן די נומער.
היינט צופרו באקומט די מענטש וואס העלפט מיר מאכען די פוד סטעמפס א פאון קאלל, פון א היימישע פרוי וואס איז געוועהן פינקט אין די פוד סטעמפס אפיס פרייטאג בשעת יענער האט געמאכט די פאון קאלל צו מיר, און זי זאגט אז איינער פון דיין פעישענטס (ווארשיינליך האבען זיי דארט געשמיסט הויעך אז איך בין יענעמס פעישענט האט זו געקענט הערן) האט נישט געוואלט געבן די אינפארמעישען אויף די פאון בשעת די פרוי פון פוד סטעמפס האט גערופען, וויל איך דיך לאזען וויסען אז די קאלל איז נישט געוועהן א גניבה נאר א עכטע פאון קאלל.
פריער האט יענע מענטש וואס העלפט מיר באקומען פוד סטעמפס ערהאלטען א פאון קאלל פון פוד סטעמפס אז ספעלט זיי די איפארמעישען און זי זאל עס געבען, און זי האט איר געגעבען די אינפארמעישען וואס האט געפעלט.
וויל איך וויסען צו סאיז א נארמאלע ערשיינונג וואס סאיז געשעהן?
ווייל איך האלט און איין הערן אויף קול מבשר אז זיי רופן קיינמאל נישט פרעגן אופן פאון. און אפילו ווען מען ריפט די פוד סטעמפס אפיס זאגען זיי גלייך אפען אטימעיטעד סיסטעם אז זיי בעטן קיינמאל נישט אויפן פאון אינפארמעישען.
וואס גייט דא פאר????????????
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 11:30 am
דורך קרעמער
אלס א געליטענער פון אזא סארט פאון שווינדל, קען איך דיר בלויז זאגען אז פון שווייגן האט מען קיין חרטה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 11:55 am
דורך בן בוזי
דער וואורקער קען שרייען ביז איבערמארגען עס איז נישטא קיין שום סיבה וואס זאל איר געבן רעכט צו געבן פ.ס. תיכף ומיד אדער דאס אפשטופן, און אויב האט דאס פאסירט דאן דארף מען זיך פארבינדען מיטן סופערווייזער, נאך אזא פאון קאל איז כנ"ל זאל מען זיך אליינס פארבונדן מיט די אגענטור און פרעגן וואס עס פעלט זיך אויס און מ'זאל עס אריין שיקען דורך פעקס אדער פאסט. עכ"פ אין ראקלענד קאונטי ווי ס'איז גרינג צוצוקומען צום וואורקער זאל מען אנדערש נישט טוהן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 12:09 pm
דורך lebediger berel
ביים אכטן קאפיטל פון די היסטאריע בוך פון משפחת לעבעדיגער האט פאסירט אז די ארבייטארין האט נישט גוט געהאלטן די אינפארמאציע פון מיין משפחה און זי האט עס פארלוירן. האט זי מיר גערופן בעטן די פערזענליכע אינפא. האב איך איר פארגעהאלטן היתכן מ'בעט דאס אויפן טעלעפאן האט זי מיר געזאגט "האסט א ברירה נישט צו געבן, איך וועל אפשר פארלירן מיין דזשאב, און דו וועסט פארלירן דיין קאפיטל". כ'בין אראפ געפארן און עס געגעבן פריוואט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:30 am
דורך קהת
לעצטענס זעה איך אז איך באקומען ווייניגער געלט אויף מיין פוד סטעמפ קארטעל יעדע חודש. ווייסט איינער אויב זיי האבען געשניטען? האט נאך איינער באמערקט?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 9:43 am
דורך מיליאנער
ווען האסטו לעצט ריסעריפייד? אפשר האסטו אריינגעגעבן א גרעסערע פעי סטאב?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:47 am
דורך קהת
איך האב נישט געטוישט מיין פעי סטוב סאיז די זעלבע איך האב ריסערטיפייד בערך אקטאבער
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 10:57 am
דורך באמבאסטיש
וואס מיינט לעצטענס? ווי לאנג שוין?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:09 am
דורך בן בוזי
זיי האבן געטוישט די יוטיליטי עלאוענס, ד.ה. וויפיל זיי רעכענען אראפ פון די אינקאם אויב צאלט מען פאר געז און עלעקטריק. דאס מאכט נאר אויס פאר אזעלעכע וואס צאלן ווייניג רענט און זענען אנגעוויזן אויף די יוטיליטי דידאקשען.
מסתמא ערעב קהת, צאלט איר נישט צופיל רענט אדער עכ"פ אייער רענט איז נישט צופיל מער פון 40% פון אייער אינקאם דעריבער האט זיך געמאכט דעם טויש. איך האף אז איר פארשטייט.
פאר אלע אייערע סאציאלע הילף געברויכן:
benbeezee@gmail.com, פרייע הילף בעז"ה
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:12 am
דורך קהת
איך מיין די לעצטע צוויי חדשים
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:26 am
דורך ליינער
איר האט לכאורה נישט צוריקגעשיקט אלע פאפירען וואס זיי פארלאנגען
זייט ענדע פארגאנגענע יאר זענען זיי געווארען זייער שטרענג ביי ריסערטיפיקעשען
מ'דארף מיטשיקען די פאלגענדע זאכען
1) אינקאם לעטער (בעסער פעי סטאבס)
2) רענט ריסעט מיט טעל. # פון לענדלארד
3) יוטיליטי בילס (געז,לעקטער,היים טעל)
4) בורט סערטיפיקעט אין סאושעל קארד פון אינגסטע קינד (אויב עס איז אינטער 2 יאר אלט)
5) פיקטשער איי די
די אלע אויבן דערמאנטע זאכען זענען מענדענטארי
אויב איר שיקט נישט צוריק איינע פון די זאכען קענט איר פארלירען א חלק פון די געלט אדער די גאנצע קעיס חלילה
פאר סיי וועלעכע הילף מיט פוד סטעמפס מעדיקעיד פארבינדט זיך מיט מיר אין אישית
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 04, 2011 11:35 am
דורך באמבאסטיש
אינטערסאנט... איך האב ממש יעצט ריסערטיפייד, און זיי האבן נישט פארלאנגט קיין איידי, און קיין שום פאפירן פון די יונגסטע קינד, ווי אויך נישט קיין יוטעלעטי בילס.
וואס זיי האבן יא געוואלט, איז: סאשעל נומערן און בוירט דעיטס פון מאן און ווייב און אלע קינדער (נישט קיין דאקומענטן, נאר סתם אריינשרייבן די נומערן און דעיטס אין די לעטער), די נאמען אדרעסס און טעל נומער פונעם לענדלער, טשעק סטאבס, און די לעצטע באנק סטעיטמענט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 8:53 am
דורך עיטש די איי
ווייסט איינער, במטותא מינייכו, ווער עס מאכט היינטיגע צייטן טיכטיגעהייט פוד סטעמפס סערטיפיקעישאן? איך האב נישט מצליח געוועהן עס צו ערלעידיגן אליינס. אין בארא פארק.
יישר כוח!
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 9:59 am
דורך קהת
עיטש די איי האט געשריבן:ווייסט איינער, במטותא מינייכו, ווער עס מאכט היינטיגע צייטן טיכטיגעהייט פוד סטעמפס סערטיפיקעישאן? איך האב נישט מצליח געוועהן עס צו ערלעידיגן אליינס. אין בארא פארק.
יישר כוח!
מרס ווייס, 17189727862